נייע הצלה גאראדזש אין שטעטל
יג אדר א' תשפ"ד 📝
שוין א לאנגערע צייט וואס מען זוכט מטעם הצלה א ריכטיגע פלאץ וואו צו האלטן די הצלה "באס" (אזוי רופט מען די הצלה טראק אין די "הצלה שפראך") אינעם שטעטל, על כל צרה שלא תבוא, אבער עס איז דערווייל געווען אן ערפאלג.
ביז איינע פון די חשובע הצלה וואלונטירן אין שטעטל מו”ה אברהם יושע וועבערמאן הי”ו איז אנטקעגן געקומען מיט א פלאן אז ער איז גרייט אוועקצוגעבן זיין פלאץ אויפן רוט 52 וואס קומט אויס פונקט אינמיטן ביידע געגענטער פונעם שטעטל.
נאכן עס איבעררעדן מיטן ראש ישיבה שליט”א און נאכדעם וואס די פירער פון חברה הצלה זענען געקומען קוקן דעם פלאץ איז עס באשטעטיגט געווארן אלס געאייגענט פאר דעם צוועק. ברוך השם אז מען האלט שוין דא אז דאס איז שוין געווארן הערליכע אהערגעשטעלט מיט צוויי פארקינגס, איין "באס" וועט שטענדיג זיין גרייט, האפענטליך נאר אויף שמחות, און דער צווייטער וועט דינען אלס א בעקאפ ווען די ערשטע דארף דורכגיין מעינטענענס.
דער ציבור שפירט א געוואלדיגע הכרות הטוב פארן אלעמען באליבטן הצלה וואלונטיר מו”ה אברהם יושע נרו יאיר, וואס אויסער דעם וואס ער לויפט כסדר אויף קאלס, האט ער אוועקגעגעבן זיין אייגענע פלאץ פארן ציבור, און אזוי אויך טוען מיר זיך באדאנקען פאר אלע חשובע וואלונטירן און זייערע בני בית וואס ווען נאר עס קומט אריין א קאל, לאזן זיי אלעס איבער, און לויפן העלפן א צווייטן איד סיי ווען 24 שעה א טאג.
ואחרון חביב פאר די חשובע הצלה ארגאניזאציע וואס שטייט צו הילף פארן שטעטל מיט אלעס וואס פעלט זיך נאר אויס. דער אייבערשטער זאל זיי באצאלן פון אלעם גוטס.
מוהרא”ש זי”ע פלעגט שטענדיג זאגן אז אין די זכות פון די חשובע וואלונטירן וועט משיח קומען, ווייל די גרעסטע זאך איז טון חסד.
כל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא!