נייע וואונדערליכע אלבום "א מופת בין איך" ערשינען
יג אב תשפ"ג 📝
דער לאנגע ערווארטעטער אלבום פונעם ראש ישיבה שליט"א איז נארוואס ערשינען, און אין די איין טאג מאכט עס שוין כוואליעס אין די גאנצע אידישע וועלט.
אין קורצן באשטייט דער אלבום פון צען הערליכע מייסטערהאפטיגע יצירות, וואס אויסערדעם וואס די מוזיק און פראדאקשאן איז אויף די העכסטע מאס פון פראפשיאנלאיזם, און די רעקארדינג איז געשמאק קריסטאל קלאר, פראדוצירט דורך ר' חיים מאיר ערפס הי"ו און ר' ליפא בראך, באקאנטע נעמען און גאר טאלאנטפולע אינגעלייט אין די פעלד פון מוזיק און פראדאקשאן, איז אלעס הערליך אראפגעזונגען דורכן ראש ישיבה שליט"א וואס צונעמט די געפילן און עפענען אויף דאס הארץ צום אויבערשטן.
יעדע פון די צען ניגונים האט זיך זיין אייגענע געשמאק און מעסעדזש, ווי פאלגענד:
אייבערשטער מעדלי - א געלונגענע צוזאמשטעל פון לעבעדיגע פרייליכע "אויבערשטער ניגונים", אנגעהויבן מיטן ניגון "זאל זיין אזוי ווי דער אויבערשטער וויל", און דערנאך פארט עס אריין צום באקאנטן ניגון "ס'איז דאך אלץ נארישקייטן, אלעס איז דער אויבערשטער", און דערנאך גייט עס אריבער צום "דער אויבערשטער איז איבעראל" אויפן ניגון ממלא כל עלמין.
ערליכער איד - א הארציגע ווארימע ניגון מיט וואס יעדער קען זיך אויסשמועסן און אויסוויינען צום אויבערשטן "טאטע הייליגע באשעפער, איך וויל זיין אן ערליכער איד".
טאנץ מיטן באשעפער - א געשמאקע טאנץ ניגון מיט וואס מען בעט זיך ביים באשעפער "הייליגער באשעפער האב אויף מיר רחמנות, איך וויל זיין גוט".
א לידעלע - געבויעט אויף די ניגון פונעם קדושת לוי זי"ע וואס פלאנצט אריין אז סיי ווען עס גייט גוט אדער חלילה פארקערט איז אלעס גוט און פונעם אויבערשטן, "רבונו של עולם איך וויל פאר דיר א לידעלע זינגען, וואו טאטע זיסער קען איך דיר טרעפן? ווייל עס גייט מיר גוט איז עס דו און חלילה פארקערט איז דאך ווייטער דו".
האַרץ - א איד וויינט זיך אויס צום אויבערשטן "איך בין נישט אויסגעארבעט, איך דארף נאך תשובה טון, איך האב נישט קיין סבלנות, איך ווייס נישט וואס צו טון, מיין אויגן איז נישט ריין איך קוק שלעכטע זאכן, מיין מויל איז נישט פיין, איך טו עס שמוציג מאכן, אבער באשעפער קוק מיין הארץ, מיין צובראכענע הארץ מיין צוריסענע הארץ, באשעפער איך וויל זיין גוט", מיט דעם נעמט אראפ פון זיך אלע מקטריגים.
אלף בית - ווען דו ווייסט נישט וואס צו זאגן, נעם די אלף בית וועסטו זיך קענען דערמיט אויסגיסן דיין הארץ, הייליגע באשעפער איך האב אמונה אין דיר, איך האב בטחון אין דיר, איך גלייב נאר אידן דיר, און אזוי ווייטער. געזונגען אויף א נייע געשמאקע וואלץ ניגון.
ס'איז דא א רבי - קיינער פארשטייט מיר נישט? אבער עס איז דא א רבי אויף דער וועלט וואס פארשטייט מיר און קען מיר העלפן! לאמיר זיך צוהערן צו זיינע הייליגע דיבורים און אים פאלגן וועט אונז גוט זיין אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט.
שיעור משניות - א פרייליכע טאנצעדיגע ניגון "ושיעור משניות קודם לכל דבר ועל ידי זה זוכה לנשמה, א פרק משניות זאגן, די בעסטע סגולה. דאס איז מיין רפואה, דאס איז מיין ישועה, א פרק משניות זאגן ברענגט די גאולה" נעם א משינות אפילו אן פארשטיין, בלויז זאגן, וועס פילן אזוי גוט, אזוי לעכטיג!
היט מיר - א תפלה פון א איד וואס בעט זיך פון טיפן הארצן צום טאטן אין הימל "אוי באשעפער איך בעט דיר היט מיר מיינע אויגן, היט מיר מיין מחשבה. איך וויל נאר טראכטן פון דיר, איך וויל נאר רעדן צו דיר, איך וויל נאר זען דיר שטענדיג פאר מיר!" געזונגען אויף א געשמאקע פרייליכע ניגון.
א מופת בין איך - דער הויכפונקט פונעם אלבום, א הערליכע געשמאקע גראמען מעלאדיע וואס רעדט איבער דעם וואס מוהרא"ש געבט אונז. "מענטשן פרעגן מיר אלעמאל, ס'איז אלץ געווען אזוי ביי כלל ישראל, צדיקים פלעגן ווייזן מופתים, צי אויך ביי מוהרא"ש אויך געווען, צי האסטו מופתים דארט אמאל געזען, צי פלעגסטו זען דארט וואונדער, עפעס עקסטער באזונדער, זאכן וואס מ'זעט נישט כסדר? א מופת א מופת בין איך, וואס מ'טוט טוט מען פאר זיך, מוהרא"ש האט מיר אפגעוואשן, אנגפילט מיינע טאשן, מיט משניות און חומש רש"י, מוהרא"ש האט מיר איבערגעקערט, מיר געוויזן איך בין יא ווערט, איך האב היינט שוין ליב צו לערנען, קיין שום זאך קען מיך נישט שטערן, איך ווייס דער באשעפער וויל מיר הערן, אוי וואס האב איך אז מיין רבי פליט אין הימל? וואס האב איך אז מיין רבי מאכט א טומל? א בעקישע א ווייסע, א פנים א בלאסע, וויאזוי בין איך פון דעם מרוויח? אוי וואס האב איך אז מיין רבין ווארפט אן עפל? איך טאנץ און איך פארליר נאך א קנעפל? אויב איך קען נישט אין מיין לעבן זיך קיין עצה געבן, אן עוולה פאר מיין נשמה טו איך, א מופת א מופת בין איך...
ווי איר קענט אליינס זען איז דער אלבום נישט קיין פשוטער מוזיק אלבום עס וועט אייך געבן חיזוק און התעוררות געבויעט אויף די עצות און ווערטער פון די הייליגע תורה און די צדיקים, אן אלבום וואס וועט זיכער האבן א געוואלדיגע השפעה אויף אייך און אויף אייער משפחה.
צו הערן דעם נייעם אלבום דרוקט דעם לינק, הערט און פארשפרייט עס צווישן אלע אייערע באקאנטע!
דרוקט דא צו דאונלאודן די אלבום