נייע וואכן בית המדרש ווערט געבויעט אין שטעטל
יח סיון תשפ"ג 📝
אזוי ווי דער שטעטל וואקסט כסדר, און עס קומען צו פרישע איינוואוינער, שפירט זיך דער ביהמ"ד מער ענג מיט יעדן טאג, בפרט אז דער כולל לערנט א גאנצן טאג אין בית המדרש, שטערט עס איינע פארן צווייטן. מען הערט אריין אין די מינים ווי די אינגעלייט לערנען, און די אינגעלייט הערן אריין די מינינים, אויסער דעם קומט צו אז מיט די וואוקס פון שטעטל, ווערט דער ביהמ"ד בכלל מער פאפולער ביי די פילע הונדערטער בייפארער וואס ווייסן אז דא איז דא א בית המדרש מיט כסדר'דיגע מנינים, וואס נוצן אויס דעם געלעגענהייט און יעדן טאג כאפן זיך פילע געסט אריבער צו דאוענען א תפלה בציבור, וואס דאס געט נאך מער צו צום ענגשאפט.
דער יעצטיגער אויסשטעל האט געהאט נאך א חסרון אז עס האט נישט געקענט זיין מער פון איין מנין אויף איינמאל, א זאך וואס דער בית המדרש איז שוין לאנג אויסגעוואקסן.
דערפאר האט די הנהלה באשלאסן מיט די גוטהייסונג פון ראש ישיבה שליט"א אז מען גייט צוטרעטן צום בויען פון א נייע וואכן בית המדרש אין שטעטל, וואס זאל דעקן דעם געברויך. צום ערשט וועט עס אויפטון אז דער כולל וועט צובאקומען הרחבת הדעת ווען זיי וועלן קענען איבערנעמען דעם גאנצן האשקי בית המדרש אין די וואכן טעג, און זיי וועלן נישט שטערן די מנינים, און די מנינים וועלן זיי נישט שטערן. צו דעם וועט דער נייער בית המדרש פארמאגן א גרויסע פאליש וואס וועט ערמעגליכן צוויי מינינים אין די זעלבע צייט, עס וועט בעז"ה האבן אסאך און גענוג פארקינג, ברייטע האלוועיס, א גרויסע קאווע שטיבל, און עס וועט בעז"ה אויך האבן א שיינע גרויסע מקוה - דער פינפטער מקוה אין שטעטל.
דער נייער ביהמ"ד ווערט געבויעט אויף רעד קליף גאס נעבן בארדיטשוב רד. דורכן היימישן קאנטראקטער מאנשי שלומינו מו"ה משה איינהארן הי"ו. פאריגע וואך ווען מען האט געהאלטן ביים גיסן די בורות פאר די מקוה איז דער ראש ישיבה שליט"א מיט די אינגעלייט וואס זענען בקיאים און מומחים במלאכת המקוה אראפ געקומען און זיכער געמאכט בס"ד אז אלעס ווערט געטון כהלכה ובהידור רב.
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין