נייע וועכענטליכע גליון "שיעורי חינוך" ווערט צוכאפט
ל שבט תשפ"ג 📝
דער נאמען פונעם ראש ישיבה שליט"א איז שוין היינט בריינט באקאנט אין די וועלט. פילע אידן זענען זיך מחיה טאג טעגליך מיט די דרשות און עצות וואס דער ראש ישיבה שרייבט און זאגט. בפרט איז באקאנט דעם ראש ישיבה'ס דרשות און בריוו פאר מלמדים און מחנכים, ווי דער ראש ישיבה שליט"א קלארט אויס די שאלות און ספקות בעניני חינוך און געבט עצות און הדרכה פאר מלמדים. גענומען פון די הייליגע ספרים און בפרט פון די ספרים פון הייליגן רבין און זיינע תלמדידים.
דאס איז אויסער די וועכענטליכע שיעור התחקות וואס דער ראש ישיבה שליט"א גיבט פאר מלמדים און טיטשערס, וואס האלט שוין יעצט ביי איבער הונדערט שיעורים, און בנוסף וואס דער ראש ישיבה זאגט עטליכע מינוט חיזוק פאר די מלמדים יעדן טאג נאכן שיעור גמרא אינדערפרי.
דערפאר האבן זיך אנשי שלומינו אין ארץ ישראל באשלאסן ארויסצוגעבן מיטן אייבערשטנס הילף א נייע וועכענטליכע גליון מיטן נאמען "שיעורי חינוך", ווי עס וועט יעדע וואך אראפגעברענגט ווערן אויסצוגן פון די דרשות, און בריוון בעניני חינוך.
עס איז זיכער אז דער נייער גליון וועט צוכאפט ווערן דורך אידן איבער די וועלט אזוי ווי די אנדערע גליונות פון היכל הקודש ביז יעצט, און וועט מאכן א רושם אויף די מחנכים און מחנכות צו געדענקען ווי צו לייגן דעם דגוש ווען מען איז מחנך קינדער, וויאזוי זיך אן עצה צו געבן אין שווערע מצבים, און וויאזוי מען קען בעז"ה מצליח זיין צו מחנך זיין דעם קומענדיגן דור על דרך ישראל סבא, און דער אייבישטער זאל קענען שטאלצירן מיט זיי.
די וואך האט דער גליון אנגעהויבן מיט א שיעור וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט פארגאנגעם זונטאג פרשת וארא ביים לעצטן באזוך אין ארץ ישראל, ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט א שיעור פון די מחנכים פון די מוסדות היכל הקודש אין ארץ ישראל, וואס איז שטארק נוגע סיי פאר מחנכים און סיי פאר עלטערן פון קינדער.
דער ראש ישיבה רעדט דארט שטארק ארום איבער די וויכטיגקייט זיכער צו מאכן אז די קינדער גלייבן אין זיך, אויך רעדט דער ראש ישיבה שליט"א אז מען זאל אכטונג געבן מען זאל נישט מאכן קיין קינדער פאר מיוחסים, און אז מען זאל בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדן קינד מען זאל קענען מצליח זיין מיט אים, דער ראש ישיבה רעדט פון זיכער מאכן אז דער חדר איז צוזאם גענומען, איבער די וויכטיגקייט פארציילן מעשיות פון צדיקים פאר קינדער וואס דאס ברענגט זיי אריין א תשוקה צו וואקסן ערליכע אידן, דער ראש ישיבה רעדט איבער דעם אז אמונה איז ווי אטעמען, איבער וויאזוי צו געבן מתנות און גורלות, און נאך פילע וויכטיגע נושאים
דער גליון האט זיך אנגעהויבן מיט א הערליך אויגפארכאפענדע אויסשטעל, שיין מסדור קלאר צו ליינען, וואס וועט זיכער צוגעבן צום געשמאק עס צו ליינען.