די ליינער זענען זיכער גוט באקאנט מיט די "קול ברסלב" (1212-444-9191) טעלעפאן ליין, וואס דינט אלס א קוואל פון חיזוק פאר טויזנטער אידן איבער דער גאנצער וועלט. היינט ווערט עס אנגעפירט דורך מו"ה משה עקשטיין הי"ו, וואס ארבעט אומאויפהערלעך צוצושטעלן דאס בעסטע און דאס שענסטע פאר די צוהערער. פאריגע וואך האט ער געעפנט א פרישע, הערליכע אפטיילונג פון וואס אלע רעדן. די נייע אפטיילונג געפינט זיך אויף עקסטענשאן 1-7 און טראגט דעם נאמען: "אביסל פון אלעס".
פון וואס באשטייט די אפטיילונג "אביסל פון אלעס"? נישט יעדער און נישט שטענדיג האט מען די צייט אדער דעם קאפ אויסצוהערן א גאנצע דרשה אדער א לאנגע אינטערוויו פון א שעה צייט. אבער דאך וויל מען נישט פארפאסן די שיינע שטיקלעך חיזוק וואס קענען צומאל ליגן אינמיטן א לאנגע שמועס – א שטארקע ליין אדער א גוט ווארט וואס קען געבן חיות פאר א מענטש, אים שענקען פרישע כוחות, אדער אויפלעבן זיין טאג.
דערצו זענען פארהאן הונדערטער אלטע שיעורים און דרשות פון די פארגאנגענע יארן – ווי למשל א הערליך ווארט אויף די פרשה אדער די צייט פון יאר וואס דער ראש ישיבה שליט"א אדער יבדלח"ט מוהרא"ש זי"ע האבן געזאגט מיט עטליכע יאר צוריק – וואס ליגן באהאלטן אין די ארכיוון און זאמלען שטויב פשוט ווייל מ'ווייסט נישט וואו זיי צו זוכן.
פאר דעם צוועק האט זיך געעפנט דער נייער אפטיילונג. אונדזער געטרייער עורך פון קול ברסלב, מו"ה משה עקשטיין הי"ו, נעמט די ארבעט פון פירן דעם האטליין מיט א געוואלדיגער ערנסטקייט. ספעציעל פאר דעם אפטיילונג זוכט ער און נישטערט ארום אפירצוזוכן די שענסטע און אינטערעסאנטסטע נקודות, און לייגט עס ארויס פארן ציבור צו הערן און הנאה האבן, איין שטיקל נאכן צווייטן.
דער פארמאט פונעם אפטיילונג לויפט אויף אן אופן אז די שטיקלעך פארן איינס נאכן אנדערן אן קיין שום הקדמות און אן קיין קעפלעך. מען וועט נישט הערן קיין שום אריינפיר ווי למשל "יעצט גייט מען הערן א שיעור פון שנת תשפ"א". דאס מאכט עס גאר שטארק צוגעפאסט פאר איינעם וואס וויל אויסהערן עפעס קאלירפול אינמיטן די ארבעט אדער בשעתן דרייוון; מען טוט זיך אן א בלוטוט, מען דיילט אריין צו קול ברסלב, און מען קען הערן שעה'ן לאנג קליינע זיסע פנינים און קרישקעלעך – די סמעטענע פון אלע אפטיילונגען פון קול ברסלב. אויב מען טרעפט א שטיקל וואס רעדט נישט צו מיר, דארף מען בלויז דרוקן דעם "פאונד" (#) קנעפל און עס גייט גלייך צום קומענדיגן שטיקל.
אריינבליקנדיג אינעם אפטיילונג זענען מיר געבליבן שטוינען פונעם רייכן אינהאלט, א ממשות'דיגער "גן עדן התחתון" פון תענוג רוחני. אט איז א קליינע ליסטע פון די סארט שטיקלעך וואס מיר האבן דארט באגעגנט: פארשידענע שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א פאר די בחורים, ווי סיפורי מעשיות, נ"ך, ספר המדות, ליל שישי שמועסן, חינוך און נאך. מען הערט דארט ווי דער ראש ישיבה זינגט מיט די בחורים הארציגע ניגונים אדער א ניגון פון איינע פון די סידיס, א מעסעדזש פונעם ראש ישיבה, מען ליינט פאר א שטיקל פון א בריוו פונעם ראש ישיבה מיט עצות פארן לעבן, מעשה'לעך פאר די קינדערלעך, שטיקלעך פון אינטערוויוס אויף "קול ברסלב", און אפהאנדלונגען ווי למשל פון די "ברסלב'ע ברודער". אויך זענען דא פנינים און אויסצוגן פון דרשות פון כ"ק מוהרא"ש זי"ע, פול מיט עצות און הדרכה למעשה.
ר' משה לייגט אריין א געוואלדיגע ארבעט, אבער ער בעט אז דער עולם זאל אים ארויסהעלפן. אויב איר הערט עפעס אויפן ליין — סיי וואו עס זאל נאר זיין — א קרעמל שמועס, אן אינטערוויו, א דרשה (אפילו א דרשה וואס ליגט שוין יארן אויפן סיסטעם), און איר טרעפט א גוט שטיקל חיזוק וואס האט אייך דערקוויקט דאס הארץ, ביטע לאזט א מעסעדזש אויף נומער 9 אינעם אידישן מעניו. ביטע גיבט איבער פונקטליכע פרטים וואו דאס שטיקל געפינט זיך, כדי נאך אידן זאלן קענען הנאה האבן דערפון.
 
Polish