נייע 'טעג' אפיס עפנט זיך בקרוב אין שטעטל
יג תמוז תשפ"ו 📝
קרית ברסלב — א מורא'דיגע בשורה טובה ווערט איצט געמאלדן פאר די איינוואוינער פונעם שטעטל: נאך א לאנגע צייט ווארטן קומט ענדליך צו אן ענדע די פילע שוועריקייטן וואס מען האט געהאט ביים פילטערן די טעלעפאנען און קאמפיוטערס. די גוטע נייעס איז אז די באקאנטע 'טעג' ארגאניזאציע עפנט אן אפיציעלן לאקאציע אינעם שטעטל, וואס וועט זיכער ברענגען א גרויסע הרחבת הדעת פארן גאנצן ציבור.
די פריידיגע נייעס איז געמאלדן געווארן אויף א ספעציעלן אינטערוויו וואס איז אפגעהאלטן געווארן אויף "קול ברסלב" צווישן דעם מנהל התלמוד תורה, הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א, און דעם מנהל הישיבה, הר"ר אברהם משה שטראסער שליט"א.
ווי דער מנהל ר' אברהם משה האט ארויסגעברענגט ביי די שמועס, פלעגט מען אים כסדר אפשטעלן און בעטן עצות אין דעם ענין. די עיקר שוועריקייט איז געווען אז זייענדיג דא ווייט אין אפסטעיט, האט יעדע פשוט'ע געברויך פון פילטערן א פאון אדער א קאמפיוטער געפאדערט אסאך צייט און כוחות, און מען האט געדארפט מאכן לאנגע נסיעות קיין קרית יואל. זייער אפט מאל נאכ'ן קויפן א נייע פאון, צי אנליין אדער ערגעץ אנדערש, איז עס געבליבן ליגן אין א זייט אומבאנוצט פאר א לאנגע צייט, פשוט ווייל עס איז געווען צו שווער אנצוקומען צו א פילטער סערוויס.
דער פראיעקט האט זיך אנגעהויבן בערך א יאר צוריק. ר' אברהם משה פארציילט אבער, אז ער האט אנגעהויבן ארבעטן דערויף מיט פיל מער ענערגיע ווען ס'איז לעצטנס געווארן די גרויסע אויפוואכונג איבער עי-איי (AI), וואס דאס האט געברענגט פרישע שאלות פון עלטערן וועלכע סארט פאונס זענען אויסגעהאלטן. מיט די הילף פון ר' יודל פעלדמאן, וועלכער פלעגט ארבעטן פאר 'טעג' אין לייקוואוד פאר ער האט זיך אריבערגעצויגן צום שטעטל, האט מען אנגעהויבן ארבעטן צו ברענגען 'טעג' אהער.
ער האט זיך א לאנגע צייט געמוטשעט צו קענען אויפסעטן א מיטינג מיט הרב גאטליעב, דער גרינדער און פירער פון 'טעג', וועלכער איז א גאר פארנומענער מענטש. ענדליך דעם דאנערשטאג, פרשת חקת-בלק, איז פארגעקומען די אסיפה אינעם שטעטל. דער גרינדער פון טעג, הרב גאטליעב, איז פערזענליך אראפגעקומען אינאיינעם מיט זיין געהילף; די אסיפה מיט פילע פון אנשי שלומינו איז פארגעקומען אינעם שטוב פונעם חבר ההנהלה, הר"ר מרדכי אהרן האלפערן.
הרב גאטליעב האט ארויסגעברענגט זיין התפעלות פון די ווארעמקייט פונעם ציבור אינעם שטעטל, וויאזוי דער עולם וויל עס און זוכט עס אליינס. צווישן אנדערע האט ער זיך אויסגעדרוקט: "אן א פילטער האסטו נישט קיין בחירה; 'טעג' איז דא פשוט דיר צוריקצוגעבן דיין בחירה." ער האט צוגעגעבן אז עס איז אים א געוואליגע שמחה צו זען ווי אינעם שטעטל קומט דער פארלאנג פאר פילטערס פונעם ציבור אליינס, וועלכע הערן די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א און פארשטייען די וויכטיגקייט פון זיין אפגעהיטן, דעריבער איז נישטא קיין סיבה צו מאכן תקנות.
ס'איז באשלאסן געווארן ביים מיטינג אז ס'גייט זיך עפענען אן אפיציעלע 'טעג' אפיס דא אין שטעטל בעז"ה. מען שטעלט אויף א שיינע, מכובד'יגע לאקעישאן – נישט סתם א ווינקל אין ביהמ"ד אדער אין א בעיסמענט – נאר א געהעריגע סטאר וואס וועט זיין אפן מיט קלארע שעות, כדי ס'זאל זיין באקוועם און צוגענגליך פארן גאנצן ציבור. ר' מרדכי אהרן האלפערן הי"ו האט ברייטהארציג מסכים געווען צוצושטעלן דעם שטח ביי זיין פעקטארי, און מען האפט עס צו עפענען ממש בקרוב.
דער נייער צענטער וועט דינען סיי פאר פילטערינג און סיי פאר אינפארמאציע. מען וועט דארט בעז"ה קענען באקומען הדרכה און גוטע עצות נאך בעפארן קויפן א סעלפאון, א היים פאון, אדער אנדערע טעכנאלאגישע דיווייסעס; צו וויסן וועלכע כלי מען דארף פילטערן, וועלכע מען קען פילטערן, און וואס ס'איז די בעסטע לויטן מצב. דאס וועט בעז"ה שפארן אסאך אידיש געלט און פארמיידן עגמת נפש.
דער ראש ישיבה שליט"א, וועלכער האט שטארק געשטופט מען זאל עפענען דעם אפיס, האט זיך אויסגעדריקט מיט גרויס שמחה הערנדיג די נייעס. מען ערווארטעט בקרוב צו הערן די בשורה אז דער אפיס איז שוין אינגאנצן אפן צום צופרידנהייט פונעם גאנצן ציבור.
בשם ה' נעשה ונצליח!
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.