נייע יוטיליטי טראק פארן עירוב געברענגט פון קענסעס
כט סיון תשפ"ג 📝
קרית ברסלב - די איבערגעגעבענע וועד העירוב אינעם שטעטל לייגט אריין גאר גרויסע כחות יעדע ערב שבת, די טייערע כולל אינגעלייט תלמידי חכמים געבן אוועק שעות יעדן ערב שבת דורכצוגיין די גאנצע לענג פונעם עירוב צוים צו זיכער מאכן אז אידישע קינדער קענען טראגן אינעם שטעטל כהלכה.
ביי פארשידענע פלעצער אינעם עירוב ווי די בענדלעך לויפן הויך, באנוצן זיך די חברי הוועד מיט א יוטיליטי טראק וואס הייבט אויף דעם משגיח צום ריכטיגן הייעך ווי מען קען איבערקוקן דעם בענדל און זיכער מאכן אז עס איז כשר. לעצטנעס האט זיך אבער געמאכט א פאנטשער אז דער טראק וואס איז שוין געווען אלט און אפגענוצט האט פון איין מינוט צום צווייטן אויפגעהערט צו ארבעטן, און נאכן איבערקוקן די אפציעס האט מען געזען אז דער טראק קען מען מער נישט נוצן, נאכן מתפלל זיין צום אויבערשטן און בעטן מען זאל טרעפן א פאסיגע טראק וואס זאל קענען דינען דעם וויכטיגן צוועק האט דער באשעפער געהאלפן אז מען האט געטראפן אזא טראק פאר א גוטע פרייז פון עפעס אונטער $130,000 אינעם שטאַט קענסעס. וואס איז א וועג וואס אויב דרייווט מען דעם גאנצן וועג בלי הפסק נעמט עס איבער אכצן שעה.
און ווען מען האט געטראכט וויאזוי קען דער טראק אנקומען צום שטעטל, איז ארויפגעקומען אויפן געדאנק ר' ישעי' וויזעל. מיט א האלבע יאר צוריק אינמיטן ווינטער, ווען מען האט געדארפט צולייגן נאך א באס צום שטעטל שאטל, און מען האט געטראפן אזא באס אין אָהייאָ, איז ר' ישעי' געווען דער וואס איז אפגעפלויגן קיין אָהייאָ און געברענגט דעם באס א וועג פון צען שעה צום שטעטל.
ווען ר' ישעי' האט געהערט אז מען זוכט א וואלונטיר צו ברענגען אן עירוב טראק צום שטעטל און ער האט נאך א געלעגעהייט צו העלפן דעם ראש ישיבה שליט"א האט ער זיך תיכף צוגעכאפט דערצו, און אויך יעצט איז ער אפגעפלויגן קיין קענסעס, ווי ער האט געדרייווט דעם טראק צום שטעטל, א וועג וואס האט אים גענומען איבער צוויי און צוואנציג שעה - נאכדעם וואס מען טאר נישט דרייוון אזוי לאנג אין א ציה, און מען מוז זיך אפרוען אינמיטן צו שעפן פרישע כחות.
דא איז אויך די געלעגענהייט צו דאנקען די חברי הוועד וואס געבן זיך אפ מיט אזא געטריישאפט צו שאפן און צו זארגן פאר אלע געברויכן פון שטעטל, זאל עס זיין די עירוב, שאטל, מוסדות, בתי מדרשים און אזוי ווייטער.
אזוי אויך קומט זיך א הכרת הטוב פאר די געטרייע משגיחים וואס געבן אוועק פון זייער טייערע צייט יעדן ערב שבת קודש, אן קיין פאמפע און אן קיין פרסום, און טוען זייער ארבעט בנאמנות פאר אויבערשטן, כדי אידן זאלן קענען היטן שבת כהלכה, מיט א כשרע עירוב.
שמחים לשמרו ולערב עירובו, זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו