א הערליכע מוזיק ווידיא לכבוד די הייליגע יום טוב ראש השנה הממשמש ובא איז נארוואס ערשינען דורכן ראש ישיבה, אויפן ווידיא זעט מען דעם ראש ישיבה שליט"א מיט תלמידים גייען ארויף אויף א פליגער, דער ראש ישיבה נעמט דעם מיקראפאן פונעם פלייט אין די האנט און רופט אויס "מיר פארן צום הייליגן רבין אויף ראש השנה, פארוואס? דער הייליגער רבי האט געזאגט איך האב באקומען א מתנה פונעם אייבערשטן, איך ווייס וואס ראש השנה איז. די גאנצע וועלט איז אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה, אפילו מענטשן וואס וועלן קומען צו מיר א גאנץ יאר וואס איך קען זיי נישט מתקן זיין, ראש השנה קען איך יעדעם איינעם העלפן. מיר דארפן זיך זייער פרייען אז מיר פארן צום הייליגן רבין אויף ראש השנה, א סעיף טריפ!"
 
דערנאך פליט דער גאנצער עולם אפ מיט ראש ישיבה, און פליענדיג אין די לופטן זינגט מען אפ אויף א מייסטערהאפטיגן אויפן דעם נייעם ניגון "טאטע ברענג מיר קיין אומאן", די ווערטער פונעם ניגון זענען ווי פאלגענד:



דעם הייליגן רבינ'ס ראש השנה,
 
פון באשעפער א מתנה,
 
צי מיט באנען צי עראפלאנען,
 
גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאנען,




אלע סארטן און אלע מיני,
 
אידן דערהויבנע און צוריסענע,
 
סיי מוצלחים און סיי צושניטענע,
 
קומען צום רבין אויף ראש השנה,




טאטע העלף איך זאל דארט זיין!
 
טאטע ברענגט מיך קיין אומאן!
 
לאמיר בעטן נאך איין תפלה,
 
דאס איז די בעסטע סגולה!




טאטע העלף איך זאל דארט זיין!
 
טאטע ברענגט מיך קיין אומאן!
 
טאטע געב אונז א גרינגע נסיעה,
 
אן קיין איין מניעה,




הראש השנה שלי, עולה על הכל,
 
ומי שזוכה להיות אצלו צריך לשמוח מאוד,




הראש השנה שלי, הוא חידוש גדול,
 
הראש השנה שלי, עולה על הכל,




טאטע העלף איך זאל דארט זיין!
 
טאטע ברענגט מיך קיין אומאן!
 
לאמיר בעטן נאך איין תפלה,
 
דאס איז די בעסטע סגולה!




טאטע העלף איך זאל דארט זיין!
 
טאטע ברענגט מיך קיין אומאן!
 
טאטע געב אונז א גרינגע נסיעה,
 
אן קיין איין מניעה!



דער נייער ניגון ברענגט ארויס פארוואס מיר פארן קיין אומאן, צוליב די געוואלדיגע הבטחות וואס דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט צו פאררעכטן אלע וואס קומען צו אים, און ברענגט ארויס אז די אייציגסטע וועג איבערצוקומען אלע שווערקייטן איז נאר דורך בעטן נאך איין תפלה און נאך איין תפלה ביים אייבערשטן "טאטע ברענג מיך קיין אומאן, טאטע געב מיר א גרינגע נסיעה".
 
מען קען זען דעם נייעם מוזיק ווידיא אויף די ברסלבע וועבסייטס. עפן דעם מוזיק ווידיא און זינג מיט "טאטע העלף איך זאל דארט זיין! טאטע ברענגט מיך קיין אומאן! לאמיר בעטן נאך איין תפלה, דאס איז די בעסטע סגולה! טאטע העלף איך זאל דארט זיין! טאטע ברענגט מיך קיין אומאן! טאטע געב אונז א גרינגע נסיעה, אן קיין איין מניעה!" און מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועלן מיר זיך אלע זען קומענדיגע וואך ביים הייליגן רבין אין אומאן.
 
מי שזוכה להיות אצלו צריך לשמוח מאוד מאוד