א גאר שיינער מוזיק ווידיא איז נארוואס ערשינען דורכן ראש ישיבה שליט"א, וואס טוט אויפוועקן דעם צוהערער אז מ'זאל נישט זיין דערשראקן איבער די וואל אויסגאנג, נישט קיין חילוק ווער עס ווערט איינגעשוואוירן אין ווייסן הויז אויפן קומענדיגן פרעזידענט טערמין, פירט דער אייבישטער ווייטער די וועלט, און פונקט ווי ביז היינט, וועט אלעס זיין גוט. וואס בלייבט פאר אונז, איז זיך צו פארלאזן אויפן גרויסן באשעפער, און זיך אפלאזן פון די נייעס וואס איז פאלש דורכאויס, און פארקויפט איין זאך: פאניק.
 
זעט און האט הנאה
 
דאס זענען די ווערטער פונעם ניגון:
 
אוי דו נייעס ווארפט א שרעק,
צו די וועלט עס קומט אן עק,
אמעריקע גייט ווערן אפגעמעקט...
 
דער באשעפער פירט די וועלט,
און ער טוט וואס אים געפעלט,
אלעס אנדערש איז דאך נארישקייטן.
 
אונז האבן א גרויסן גאט,
וואס דער וועלט באשאפן האט,
נאר אמונה טוט דעם איד באגלייטן.
 
ביידען איז צו אלט...
טראמפ איז צו קאלט...
אוי געוואלד, אמעריקע צופאלט!
 
לינקע דעמאקראטן...
רעכטע רויטע שטאטן...
גייען זיך שיסן ביי די זייטן!
 
דער באשעפער פירט די וועלט,
און ער טוט וואס אים געפעלט,
אלעס אנדערש איז דאך נארישקייטן.
 
אונז האבן א גרויסן גאט,
וואס דער וועלט באשאפן האט,
נאר אמונה טוט דעם איד באגלייטן.
 
די נייעס איז דא הויל און פוסט,
עס מאכט נאר דעם מענטש צומישט,
יעדער ווייסט אז זיי פארקויפן גארנישט.
 
דער באשעפער פירט די וועלט,
און ער טוט וואס אים געפעלט,
אלעס אנדערש איז דאך נארישקייטן.
 
אונז האבן א גרויסן גאט,
וואס דער וועלט באשאפן האט,
נאר אמונה טוט דעם איד באגלייטן.
 
רעד נישט נארישקייטן,
לאז דיך אפ פון ביידן,
זע צו לעבן רואיג און באשיידן.
 
פאליטיק איז א קרענק,
עס איז נישט גוט פאר ענק,
נוצן האט עס קיינעם נישט געברענגט.
 
דער באשעפער פירט די וועלט,
און ער טוט וואס אים געפעלט,
אלעס אנדערש איז דאך נארישקייטן.
 
אונז האבן א גרויסן גאט,
וואס דער וועלט באשאפן האט,
 
נאר אמונה טוט דעם איד באגלייטן.