נייע מוזיק ווידיא פון ראש ישיבה: "איך כאפ דעם נעקסטן פליגער קיין אומאן"
דער ראש ישיבה שליט"א מיט די תלמידים האבן יעצט לכבוד ראש השנה ארויסגעגעבן א נייע הערליכע מוזיק ווידיא "איך כאפ דעם נעקסטן פליגער קיין אומאן",‎ ווי מען ברענגט ארויס ווי מיר גלייבן מיט אמונת צדיקים אין די הבטחה וואס דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט אז אום ראש השנה ביים אים קען מען פועלן אפילו זאכן וואס מ'קען נישט פועלן א גאנץ יאר. און ווי מיר בעטן זיך אויס ביים הייליגן רבינס ציון א גוט יאר פאר זיך און די גאנצע משפחה.
די ווערטער זענען ווי פאלגענד: נאך א יאר איז אריבער מיט שרעק, ווי מאכט מען צום גלות אן עק? צרות עס פעלט נישט ביי קיינעם, וואו נעמט מען א הארץ א ריינעם? נעבעך, ס'איז פול דער שפיטאל, דאגות גענוג אן א צאל, שידוכים, פרנסה, שלום בית, קינדער וואס שניידן די פיאות. מיט'ן רענצל איך לויף, אין אומאן מוז איך זיין, אויפן ציון וועל איך בעטן, רבי רייס איין! עס כאפט א ציטער, ראש השנה, יעדן איז מען דן. נישטא קיין צייט, איך נעם דעם נעקסטן עראפלאן. עס בענקט אזוי שטארק מיין נשמה, ס'איז זייער שווער די מלחמה, איך וויל אזוי שטארק זיין ערליך, די ניסיונות זענען געפערליך. מיט'ן רענצל איך לויף, אין אומאן מוז איך זיין, אויפן ציון וועל איך בעטן, רבי רייס איין! עס כאפט א ציטער, ראש השנה, יעדן איז מען דן. נישטא קיין צייט, איך נעם דעם נעקסטן עראפלאן. ווער קען פאר מיר טענה'ן? ווען וועט די ליכטיקיייט אויפשיינען? איך וויל באמת זיין גוט, עס איז מיר שווער אויף טריט אין שריט.
הוא עושה בראש השנה עניינים ותיקונים – מה שבכל השנה גם הוא אינו יכול לעשות. (חיי מוהר"ן סוף סימן ת"ו)
 
איך כאפ דעם נעקסטן פליגער קיין אומאן