אן ערליכער איד דארף אלץ ארום גיין מיט דעם געדאנק "וויאזוי קען איך מאכן א נחת רוח פארן אייבערשטן", "וויאזוי קען איך ברענגען נאך א איד צום אייבערשן", דערפאר טוט דער ראש ישיבה שליט"א אלע פעולות אין דער וועלט נאר מיט דעם ציל אז נאך א איד זאל געדענקען אז נאר צום אייבערשטן קען מען זיך און דארף מען זיך ווענדן.
 
אין די היינטיגע וועלט ווען קליפס און מוזיק ווידיאס זענען א גאנגבארע ארטיקל, נוצט דער ראש ישיבה שליט"א אויך דעם מיטל אריינצוברענגען האפענונג אין אידישע קינדער, און כסדר דערמאנען אידישע קינדער ווער עס פירט די וועלט.
 
היינט איז ארויסגעקומען דער ערשטער מוזיק ווידיא געבויט אויף ניגון "דער באשעפער הערט מיר אויס" פונעם לעצטן הערליכן אלבום "איך בין נישט אליין", ווי דער ראש ישיבה שליט"א לייגט אראפ פארשידענע מצבים וואס א מענטש גייט דורך שוועריקייטן אין לעבן, ווי פרסה, נחת, שידוכים, שלום בית, גייסטישע צרות, און דערמאנט אז אין יעדן פאל איז די אייציגסטע עצה דאס דורכצושמוסן מיטן אייבערשטן וואס הערט אויס יעדן איד, און דאס וועט ארויסשלעפן דעם מענטש פונעם פלאנטער אין וואס ער געפונט זיך.
 
דער ניגון בלאזט אריין האפענונג, און געבט אריין פרישע חיות אין אלע וואס הערן זיך עס צו. דער ראש ישיבה זינגט אפ דעם ניגון אויפן ווידיא ווען אינעם בעקגראונד זעט מען פילע תלמדים פונעם ישיבה מיט פארשידענע איסטרומענט פידלען און פייפערס וכדומה ווי זיי שפילן צו צום ניגון.
 
🎦 א לינק צום מיזוק ווידיא
 
פאלגענד זענען די ווערטער פונעם ניגון:
 
פזמון:  א איד דארף אייביג וויסן,
ס'איז דא מיט וועם צו שמועסן
דער באשעפער הערט מיר אויס
 
איך בין נישט אליין
איך האב ווי צו גיין
דער באשעפער הערט מיר אויס
 
תפלה טוט באגלייטן
אין אלע שווערע צייטן
דער באשעפער הערט מיר אויס
 
אלעס פון אים איך בעט
ניסים יעדער זעט
דער באשעפער הערט מיר אויס
 
פרנסה גייט מיר שווער
מ'קומט נישט קויפן מער
איך ווייס נישט וואס צו טון
 
די חובות וואקסן טעגליך
ס'איז ממש אומדערטרעגליך
איך פיל ווי אויך גיי צוגרונד
 
*
 
פזמון:  א איד דארף אייביג וויסן,
ס'איז דא מיט וועם צו שמועסן
דער באשעפער הערט מיר אויס...
 
*
 
ווען איך דארף א שידוך טון
מיט א טאכטער מיט א זון
קיינער וויל נישט מיין קינד
 
מיין קינד איז אין שפיטאל
דאקטוירים אן א צאל
ווען וועט ער זיין געזונט
 
*
 
פזמון:  א איד דארף אייביג וויסן...
תפלה טוט באגלייטן...
 
*
 
מיין קינד איז ערליך נישט
דיפרעסט און צומישט
נאר מיט חוצפה רעדט ער
 
מיט חברים נידעריג
תפילין איז אים איבעריג
ער זאג איך וויל זיין א שלעכטער
 
*
 
פזמון:  א איד דארף אייביג וויסן...
תפלה טוט באגלייטן...
 
*
 
איך לייד פון ענקזייעטי
פאוביעס און או-סי-די
אייביג האב איך מורא
 
איך בין אזוי נערוועז
א מענטל קעיס
איך בין א לוזער לכאורה
 
*
 
אנגעצויגן אין מיין שטוב
מ'האט זיך בכלל נישט ליב
די גאנצע לופט איז פאר'סמ'ט
 
אייביג קריגערייען
נאר בלאזן און געשרייען
אזוי אומבא'טעמ'ט
 
*
 
פזמון:  א איד דארף אייביג וויסן...
תפלה טוט באגלייטן...
 
*
נאר אמונה העלפט דעם איד
ווען ער פילט זיך שוואך און מיד
אמונה איז מיין מעדיצין
 
איך האב קיין קשיות נישט
איך האב קיין שכל נישט
אמונה זאגט מיר וואס צו טון
 
*
 
א איד דארף אייביג וויסן,
ס'איז דא מיט וועם צו שמועסן
דער באשעפער הערט מיר אויס
 
איך בין נישט אליין
איך האב ווי צו גיין
דער באשעפער הערט מיר אויס
 
תפלה טוט באגלייטן
אין אלע שווערע צייטן
דער באשעפער הערט מיר אויס
 
אלעס פון אים איך בעט
ניסים יעדער זעט
דער באשעפער הערט מיר אויס