נייע מיידל קעמפ ווערט באנייט
כג סיון תשע"ט 📝
דאס יאר האט מען ברוך השם באוויזן צו קויפן א נייעם קעמפ פאר די מיידלעך, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט מען עס שוין באנייען אויף דעם זומער.
די מיידלעך וועלן אי"ה פארברענגען אינאיינעם דעם זומער אין אן אטמאספער פון אמונה און יראת שמים, אויף א געשמאקן און ערליכן פארנעם, מיט די לימודים און עצות פון הייליגן רבי'ן, וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש.
מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן די מיידלעך גאר שטארק הנאה האבן די ניין וואכן אין קעמפ, און אהיימקומען מיט פילע פעק פון יראת שמים, תפלה, אמונה, און מדות טובות.
כה תאמר לבית יעקב!