נייע מיידל שולע בית פיגא ברסלב ווערט געגרינדעט אין עיר התורה בני ברק
יח תמוז תשפ"ד 📝
א גרויסע שמחה הערשט אין בני ברק, ווען נאך אסאך תפלות איז געגרינדעט געווארן א פרישע אפטיילונג פון די מוסדות אין ארץ ישראל.
די הייליגע מוסדות היכל הקודש אין ארץ ישראל פארמאגט שוין פילע אפטיילונגען, חדרים, מיידל שולעס, און א ישיבה, וואס ווערט אנגעפירט דורכן מנהל המוסדות אין ארץ הקודש הרב יצחק פאפענהיים שליט"א פון ירושלים וואס פירט אלע מוסדות מיט גרויס סייעתא דשמיא, אלעס לויט די פונקטליכע הוראות פון ראש ישיבה שליט"א. די ציל פון די הייליגע מוסדות איז צו קענען געבן פאר די קינדער א חינוך על דרך התורה והמסורה, זיי זאלן אויפוואקסן פון די פריעסטע יוגענט צו לעבן מיט'ן באשעפער, און זיי זאלן זיין גרייט ברוחניות ובגשמיות פאר'ן לעבן. די געטרייע מלמדים זענען הר"ר ר' אבא חייא רייזמאן שליט"א און הר"ר ישראל סופר שליט"א. דער מנהל המוסודת פון הר"ר יצחק שליט"א ירושלים, קומט כסדר אריבער קיין בני ברק באזוכן, און שטייט צו די האנט מיט אלעס וואס פעלט זיך אויס.
יעצט איז געקומען די געלעגענהייט אויפצושטלען א מיידל שולע אין בני ברק. די חדר אין שטאט האט זיך שוין געעפענט מיט א יאר צוריק, און עס גייט אן מיט גרויס הצלחה, די אינגלעך זענען ברוך השם שיין מצליח, און די עלטערן האבן געבעטן דעם ראש ישיבה שליט"א אז זיי ווילן אויך געבן פאר די מיידלעך די הערליכע ריינע חינוך, זיי זאלן אויפוואקסן ערליכע אידישע מאמעס וואס האבן איין ציל צו מאכן א נחת רוח פאר'ן אויבערשטן, און וויסן די חשיבות פון די פשוטע טעגליכע אויפגאבעס פון א אידישע פרוי, פון זיך אפגעבן מיט די מאן און קינדער.
נאך אסאך תפילות האט מען אויפגענומען מרת לעווי תחי' א חשובע ערפאלגרייכע מחנכת אין א היימישע מוסד שוין לאנגע יארן, וואס זי וועט בעז"ה אנפירן די מיידל שולע, און די זעלבע מיט די לערערינס האט מען אויפגענומען אזעלעכע וואס קומען שוין מיט לאנגע יארן ערפארונג פון מחנך זיין אין ערליכע היימישע מוסדות, וואס מיט זייער גרויס געטריישאפט און איבערגעגעבנשאפט האבן זיי באשלאסן אפצולאזן זייער גוט באצאלטע פאזיציעס וואס זיי האלטן שוין אן פאר לאנגע יארן, און אנטקעגן קומען דעם ראש ישיבה שליט"א אים צו העלפן גרינדן א מיידל שולע פאר אונזערע טייערע קינדער.
די וועלן בעז"ה זיין די חשובע מרת רייזמאן תחי', און מרת רעכניצער תחי' וואס וועלן פון דעם קומענדיגן זמן אנהייב חודש אלול הבעל"ט אנהייבן צו לערנען מיט די חשוב'ע מיידלעך.
דער ראש ישיבה שליט"א האט אראפ געשטעלט די תקנות פון די מוסד, די סטאנדטארט פון צניעות וואס ווערט פארלאנגט פון יעדע תלמידה. אלע עלטערן האבן עס אנגענומען מיט א שטארקע ערנסטקייט, וואס וועט ערמעגליכן אז די לערערינס זאלן זיך קענען אפגעבן אויפצובויען די קינדער, זיי געבן גוטע ווערטער זיי זאלן קענען שטייגן, און זיי זאלן נישט דארפן זיין פארנומען מיט די קליידער פון די קינדער.
די סטעף פון בני ברק זענען אריבער קיין ירושלים וואו עס גייט שוין אן א מיידל שולע היכל הקודש, און זיך אומגעקוקט, און געשמועסט מיט די איינגעשטעלטע צו באקומען פון זיי דעם פראקטישן צוגאנג וואס דער ראש ישיבה שליט"א וויל אז די שולע זאל אהערשטלן.
אנשי שלומינו זענען זייער פרייליך, און זענען מתפלל אז די נייע שולע זאל מצליח זיין, און מען זאל זען אידיש נחת פון די טייערע קינדערלעך.