נייע מקוה בענק ביים בנין פון אנשי שלומינו אין אומאן
יד אלול תשפ"ד 📝
בשעת מיר גרייטן זיך מיט די לעצטע הכנות צו די געהויבענע טעג אין אומאן בצלא דמהימנותא ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, ווען מיר וועלן זיך ריטשארדזשן אינזערע באטעריען מיט אמונה, התחזקות און הדרכה אויף א גאנץ יאר, קומט אריין די אפדעיט פונעם בנין אין אומאן, אז אויך דארט ווערט געמאכט גרויסע הכנות צו אויפנעמען די הונדערטער געסט.
אויסער די פילע תיקונים וואס מען האט שוין געמאלדן, ווי צום ביישפיל די גרויסע אהל הרחבת הדעת ווי מען וועט עסן די סעודות אויף א געשמאקע פארנעם, און אויסער די צוגעלייגטע וואסער טענק צו פארמערן די וואסער סופליי פארן יום טוב, תיקונים אין די כשרות המקוה, האט מען נארוואס צוגעענדיגט צו בויען שטארקע שיינע דויערהאפטיגע מקוה בענק וואס וועט זיכער אסאך צוגעבן און פארבעסערן די עקספריענס פון נוצן די מקוה זיך צו מטהר זיין לכבוד החג און לכבוד שבת.
אין די לעצטע יארן האט מען געהאט פראוויזארישע פשוטע בענק אדער בענקלעך, עס איז נישט געווען גענוג פלאץ, און זיכער נישט וואו צו הענגען די וועש, וואס האט פארשווערט דאס נוצן די מקוה. היי יאר וועט מען בעז"ה דאס מער נישט דארפן האבן, ווען מען האט ברוך השם צוגעלייגט די פילע נייע בענק.
אין ברסלב איז א מקוה א שטארקע עיקר, ברסלב'ע חסידים זענען שטארק מקפיד צו גיין אין מקוה יעדן אינדערפרי, זיך מטהר צו זיין פאר'ן אויבערשטן, דער רבי האט געזאגט אז די ערשטע זאך איז מקוה, און מוהרא"ש פלעגט זיך אויסדרוקן אז ברסלב'ע חסידים זענען שטארק דאנקבאר פאר הרה"ק רבי אלימלך פון ליזענסק זי"ע וואס א דאנק אים איז מקוה געווארן שטארק פארשפרייט ביי חסידישע אידן, און אזוי קענען מיר חסידי ברסלב טרעפן פילע הערליכע געשמאקע מקוואות אין יעדע אידישע פלאץ פאר שפאט ביליגער פרייזן.
א ברסלב'ע חסיד האט זיך אמאל אויסגעדרוקט ווען די מקוה איז געווען אויסערליך שמוציג און מאנכע האבן זיך נישט געשפריט באקוועם אריינצוגיין, "די מקוה איז ריין, איך בין שמוציג", ווי צו זאגן אז די קאליר פון די מקוה זעט אפשר נישט אויס אזוי ריין פאר אונזערע אויגן, אבער די נשמה וואשט מען נישט אויס מיט זייף און מיט א שויער, די נשמה וואשט מען אויס אין א מקוה, נישט קיין חילוק וויאזוי עס זעט אויס".
דערפאר זענען אנשי שלומינו שטארק דאנקבאר פאר די עוסקים במלאכת הקודש וואס יום ולילה לא ישבותו, מען ארבעט אויף אלע פראנט צו מאכן דאס וויילן ביים רבי'ן דאס מערסטע היימיש וואס מעגליך, און דערמיט העלפן אנשי שלומינו וואס זענען זיך מוסר נפש צו מקיים זיין א דיבור פון הייליג'ן רבי'ן "איש בל יעדר - קיינער טאר נישט פעלן".