די וועלט האלט זיך נאך אינמיטן שאקלען מיט די קאראנע וויירוס, דער אייבערשטער ווייזט יעצט פאר די גאנצע וועלט אז נאר ער איז דער איינציגסטער בעל הבית אויף דער וועלט, קיינער קען גארנישט טון צו די שרעקליכע וויירוס, נאר אויפהויבן דעם הענט צום הימל, זיך ווענדען צום אייבערשטן און אים בעטן זיין הילף.
אין די יעצטיגע שווערע קאראנע צייט זענען אידן זיך מחי' מיט די עצות און דיבורים פון הייליגן רבי'ן, וואס נאר ער האט די שפראך צו יעדן אידיש קינד, אין יעדן מצב, ער ברענגט אריין אמונה אין אידישע קינדער, אז מ'זאל זיך נישט שרעקן פון קיין שום זאך, וויסן אז קיין שום שלעכטס קען נישט פאסירן צו א מענטש אן א באפעל פונעם אייבערשטן אליין, מיר ליגן אלע אין די הענט פונעם אייבערשטן, נאר צו אים דארף מען זיך ווענדן, און נאר ער קען אונז העלפן, סיי ווען ס'איז דא א קאראנע וויירוס אויף דער וועלט, און סיי ווען נישט. מיט'ן רבינ'ס דיבורים קען מען זיך שטארקן איבער די פחדים, נישט צו ווערן אריינגעשלעפט אינעם פאניק און פארלוירנקייט, וואס דאס העלפט סיי ווי נישט אויף קיין שום פאל.
די מפיצים געבן איבער אז די ספרים, קונטרסים, גליונות, און סידיס, ווערן צעכאפט דורך יעדן איינעם, אידישע קינדער זענען זיך ממש מחי' און לעבן אויף, ווען זיי הערן און ליינען די ווערטער פון הייליגן רבי'ן, וואס בארואיגט דעם מענטש פיזיש און גייסטיש, זיך צו קענען ספראווען מיט די איבערפלוס פון פאניק וואס ווערט פארשפרייט אויף דער וועלט.
לאור המצב האט דער ראש ישיבה שליט"א פארפאסט זעקס ניגונים איבער די קאראנע וויירוס, פול מיט עצות און חיזוק אויף קאראנע, ווי אזוי זיך צו שטארקן מיט אמונה און מיט שמחה, נאר בעטן דעם אייבערשטן אויף א גאנצע רפואה פאר אלע קראנקע, און אלע געזונטע זאלן בלייבן געזונט, און זיך מחזק זיין אז די שווערע צייטן וועלן אריבערגיין, דער אייבערשטער וועט אונז אויסלייזן פון אלע צרות.
די ניגונים איז צוזאמגעשטעלט געווארן אין דעם נייעם סידי "טאנץ מיט קאראנע", וואס איז דא צו באקומען ביי אלע מפיצים, ווי אויך קען מען הערן די ניגונים אויפ'ן "קול אמונה" טעלעפאן ליין  די נומערן פון "קול ברסלב" זענען 212-444-9191, אפסטעיט 845-351-0910, ענגלאנד 03303502361, ארץ ישראל 0797040066 , און דרוקט 1 און 1 און 7 און 1. ביי די ספעציעלע קאראנע אפטיילונג אויפ'ן ליין קען מען אויך הערן קורצע און לענגערע שיעורים איבער דעם וויירוס, עצות און חיזוק ווי אזוי זיך אומצוגיין אין דעם יעצטיגן מצב, ווי אויך קען מען הערן פארגעליינט דעם קונטרס "קאראנע וויירוס", און אויך א תפלה צו מתפלל זיין אויף קאראנע, אינטערוויוס איבער קאראנע, קאראנע חדר, און נאך.
לאמיר זיך שטארקן מיט די פשוטע אמונה, זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, וואס דאס איז די גאנצע סיבה פארוואס דער אייבערשטער האט געברענגט דעם וויירוס, און אזוי וועלן מיר געראטעוועט ווערן פון אלע שלעכטס.
 
לך עמי בא בחדריך וסגור דלתיך בעדך, חבי כמעט רגע עד יעבור זעם!