יעדן טאג איז מען עדות צו פילע עפיזאדן ווי די עצות פון הייליגן רבין גייען אריין אין די וועלט און העלפן כסדר אומצאליגע אידן אין פילע תחומים פון לעבן. פילע קערן זיך צוריק צום אייבערשטן, באקומען זעלבסט זיכערקייט, שלום בית, זענען זוכה אנצוהייבן צו לערנען די הייליגע תורה, די חינוך פון די קינדער טוישט זיך צום גוטן, מען ווערט פטור פון שווערע עדיקשאנס, מען קען שוין היטן די אויגן, און נאך אסאך.
 
דערפאר גייט דעם ראש ישיבה שליט"א אין לעבן צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינס עצות פאר נאך אידן, און אזוי זאלן נאך אידן קענען געניסן פון דעם באר מים חיים, פונעם נחל נובע מקור חכמה.
 
ווי באקאנט, איז יעדע מענטש אנדערש, איינער קען מקבל זיין פון א שיעור, איינער דארף א גליון, אן צווייטער וועט נאר קענען נתקרב ווערן דורך א ספר, אנדערע קענען זיך קאנעקטן דורך שמועסן פון א טעלעפאן ליין, ס'איז אפילו דא אזעלעכע וואס עס פעלט זיי אויס מוזיק ווידיאס. דער ראש ישיבה שליט"א לאזט זיך אראפ צו אלע סארטן מענטשן צו געבן פאר יעדעם א געלעגענהייט ער זאל אויך קענען געניסן פון די שיינע גוטע עצות.
 
אסאך מענטש זאגן אז א מוזיק אלבום רעדט די שטערקסטע צו זייער הארץ, זיי לייגן אריין דעם סידי אינעם קאר, און לאזן עס אזוי שפילן צענדליגע מאל.
 
דערפאר האט דער ראש ישיבה זיך נישט געפוילט און אנגעהויבן ארויסגעבן מוזיק סידיס, יעדע ניגון איז ממש ווי א שיעור, וואס לייגט אראפ איינע פון די עצות פון הייליגן רבין וויאזוי מען קען דערגרייכן דעם תכלית פארוואס מען איז געקומען אויף דער וועלט.
ברוך השם די סידיס גייען זייער שטארק, אזוי ווייט אז כאטש מען קוים א קורצע צייט נאכדעם וואס די פריערדיגע אלבום "איך דארף נישט קיינעם" איז ארויס לאור עולם, זענען שוין אידישע קינדער הונגעריג פאר נאך.
 
דערפאר האט דער ראש ישיבה שליט"א געשטעלט מו"ה אברהם צוויבל הי"ו, א גרויסע מומחה אין פראדוצירן אלבומס, ער זאל ארבעטן דערויף בס"ד אז עס זאלן כסדר ארויסקומען פרישע אלבומס.
 
אין א שמועס מיטן פראדוצירער פארציילט ער פאר "ברסלב סענטער" אז מען ארבעט יעצט פעסט אויפן א נייע סידי פונעם פאפולערן סעירע "טאנץ מיט אמונה", וואס וועט אנטהאלטן פילע הערליכע ניגונים הארציג אראפגעזינגען.
 
די מוזיק ווערט אראנדזשירט דורכן מייסטער אראנדזשירער מו"ה סענדי ראטה הי"ו, וואס האט באשטעלט די בעסטע אידישע אינסטרומענט שפילער פון ארץ ישראל, אריינגערעכענט, גיטאר, בעיס, און דראמס, וואס האבן אראפגעלייגט א געוואלדיגע דזשאב.
 
צווישן די גאר געלונגענע טרעקס ציילן זיך עטליכע נייע יצירים ווי "קינדער איז א ברכה", "מכבד זיין די ווייב", "אליינס מיטן באשעפער", "ממלא כל עלמין". וואס וועט בעז"ה אריינגיין אין די ביינער פון אלע צוהערער.
 
מען האפט בעז"ה אז דער נייער סידי וועט זיין אינדרויסן אויף ראש חודש תמוז הבעל"ט.