נייע ספר "איש יהודי" פונעם ראש ישיבה שליט"א ערשיינט בעז"ה אויף די חתונה
ג אדר תשפ"א 📝
מיט גרויס פרייד נעמען אנשי שלומינו אויף דאס ערשיינונג פונעם נייעם ספר "איש יהודי" א שיינער פירוש אויף מגילת אסתר פונעם ראש ישיבה שליט"א.
דער ספר וועט בעז"ה ארויסקומען לאור עולם לכבוד די שמחה ווען דער ראש ישיבה שליט"א מאכט חתונה זיין זון הרב אלחנן חיים שליט"א עב"ג בת הרב מרדכי אינדיג שליט"א.
לקראת די גרויסע ימי הפורים הממשמשים ובאים, איז דער פאסיגסטער צייט ארויסצוגעבן דעם נייעם ספר וואס איז א זאמלונג פון שיינע געדאנקען אויף די מגילה, און געקליבענע בריוו געשריבן דורכן ראש ישיבה שליט"א. דער ספר איז פול מיט שיינע געדאנקען, חיזוק און עצות וויאזוי אויסצונוצן די הייליגע און פרייליכע טעג פון פורים אויפן ריכטיגן פארנעם, און וויאזוי מיטצונענמען די השפעות פונעם יום טוב אויף א גאנץ יאר.
עס וועט אי"ה זיין צו באקומען דעם מיטוואך פרשת תרומה ביי די חתונה אין בית המדרש אין וויליאמסבורג אויף 27 סקילמאן סטריט. אדער דורך רופן 845-418-3026.
לְקַיֵּם אֵת יְמֵי הַפֻּרִים הָאֵלֶּה בִּזְמַנֵּיהֶם