נייע ספר "יכיר איש" על אגדות הש"ס ארויס פון דרוק
כט חשון תשפ"ג 📝
ברב שבח והודאה צום הייליגן באשעפער זענען מיר זוכה צו אן ערשטמאליגער חבור אין אידיש אויף אגדת הש"ס, א חבור וואס באלייכט די אויגן מיט די הערליכע עצות און לימודים וואס דער ראש ישיבה שליט"א נעמט ארויס פון די הייליגע ווערטער און פירונגען פון די הייליגע תנאים ואמוראים אשר מפיהם ובזכותם אנו חיים.
דער הייליגער רבי נתן זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן - זאגט גאט אזוי"; דאס קען מען שפירן באשיינפערליך ביים אריינקוקן אין דעם חבור, ווי יעדעס ווארט קלעבט צו דעם מענטש צום אייבערשטן, און געבט א וועג צו לעבן מיט'ן אייבערשטן און גיין אויף די תורה וועג, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (ספרי עקב ו, ו:) "רצונך שתכיר את מי שאמר והי' העולם למוד אגדה".
מכון עצתו אמונה האט אנגעויבן בעז"ה מיט מסכת תענית, נאכדעם וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט אויסגעדרוקט זיין באגער ארויסצוקומען מיט די חידושים אויף די מסכתא. אזוי אויך אז די מסכתא האבן פילע בחורים שיחיו מסיים געווען דעם פארגאנגענעם ראש השנה, שליסנדיג א תקופה פון פערציג טעג, אנגעהויבן פון חמשה עשר באב, וואס זיי האבן געלערנט דעם מסכתא יעדן טאג מיט מסירות נפש און גרויס יגיעה, זוכה זיין צו די סגולה פון אבינו רוענו מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, וואס האט מגלה געווען דעם גרויסן סגולה, זוכה זיין צו א זיווג הגון.
דער ספר איז אויסגעשטעלט זענען לויט די סדר הדפים, און איז צאמגענומען פון די בריוון אין ספר איש אמונות, און ספר עצתו אמונה.
כאטש דער ספר איז מלא וגדוש מיט הערליכע עצות, חזוק און הדרכה, פארט אבער איז דאס כטפה מן הים פון וואס איז פארהאן פונעם ראש ישיבה שליט"א אויף די מסכתא, מכון עצתו אמונה האפט מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף דאס צו איבערדרוקן ביי א קומענדיגע געלעגנהייט מיט פילע הוספות.
מכון עצתו אמונה בעט פון אנשי שלומינו שיחיו, אויב האט מען א גמרא מסכת תענית וואס דער ראש ישיבה האט אריינגעשריבן א בריוו אדער אפילו אפאר ווערטער, ווי אויך אויב האט איר מיטצוטיילן א מעשה מיט א שידוך וואס איז צושטאנד געקומען אין די צייט פון ענדיגן מסכת תענית פערציג מאל וכדומה, ביטע דאס אריינשיקן צו maebreslev@gmail.com און מען וועט דאס בעז"ה דרוקן אינעם קומענדיגן מהדורה.
אנשי שלומינו בעטן ווייטער דעם אייבערשטן, אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל זוכה זיין צו קענען ווייטער אנגיין מיט די געוואלדיגע הבצת התורה ואמונה, געזונטערהייט, און זוכה זיין ארויסצוגעבן די פילע בריוו, חבורים און דרשות אריינצוברענגען דעם אייבערשטן אין די וועלט.
📖 צו קויפן דעם נייעם ספר "יכיר איש אויף מסכת תענית"