נייע ספר תורה ווערט געשריבן דורך אנשי שלומינו
כג אדר א' תשפ"ד 📝
אלע אנשי האבן געהערט ביים יארצייט פון מוהרא"ש זי"ע ווי דער ראש ישיבה שליט"א זאגט "איך האב אויפגענומען לייבי פון קרן הדפסה, צוזאם נעמען שרייבן א ספר תורה לזכות דעם הייליגן רבין, און דער ספר תורה וועט זיין מוקדש אויף צו נעמען אויף ראש השנה קיין אומאן, אביסל א קלענערע ספר תורה, מען דארף פארן אונטערוועגנס און עס איז נישט גרינג צו שלעפן די גרויסע ספרי תורה, א גאנץ יאר וועט מען ליינען דערין, ב"ה עס עפענען זיך נאך שולן און נאך שולן," אנשי שלומינו האבן עס אויפגענומען מיט גרויס פרייד. מען הערט אז מען גרייט זיך צו שרייבן א פרישע ספר תורה און מען וועט קענען האבן די זכי' צו נעמען א חלק אין דעם ספר וואס וועט זיין לזכות פונעם הייליגן רבין רבינו נחמן בן פיגא זי"ע.
אנשי שלומינו שפירן פאר א געוואלדיגע זכי' צו געבן פאר א ספר תורה, מען שפירט א קשר צו די הייליגע תורה, אנשי שלומינו לאזן נישט אויס א טאג וואס מען לערנט נישט כאטש עטליכע פסוקים פון די הייליגע תורה, מען איז מעביר סדרה זונטאג ביז שני מאנטאג ביז שלישי. מען מאכט התבודדות יעדן טאג, די ערשטע זאך דאנקט מען דעם אויבערשטן און מען זאגט דעם אויבערשטן אז מיר פארגעסן נישט ווער עס האט מיך מזכה געווען צו ווערן צוגעבינדן צו די תורה, אזוי ווייט אז מען קען מיך נישט אפרייסן דערפון. מען שפירט א הכרת הטוב צום הייליגן רבין וואס מיר לערענען זיינע עצות אין זיינע ספרים.
אין די נאנטע תקופה וועט מען בעז"ה לאזן וויסן מער פרטים איבער קויפן זכותים אינעם ספר תורה, אזוי אויך איבער די מעמדי כתיבת ספר תורה וואס וועט בעז"ה פארקומען.