שטייענדיג ערב די יארצייט פון כ"ק מרן מוהרא"ש זי"ע (וואס פאלט אויס מארגן נאכט אור ליום י"ז שבט), האט די קהלה אנגעהויבן שרייבן א ספר תורה לעלוי נשמת מוהרא"ש זי"ע.
אזוי ווי דער אייבישטער האט געהאלפן אז עס פארמערן זיך כסדר בתי מדרשים "היכל הקודש" אין אלע היימישע געגענטער און מען דארף האבן נאך ספרי תורה.
אויפן פארלאנג פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט געבעטן אז מען זאל געבן די געלעגנהייט פאר אלע אנשי שלומינו צו קענען אנטייל נעמען אין די הייליגע מצוה פון כתיבת ספר תורה. וואס איז מסוגל פאר פרנסה, ווי דער היילגער רבי שרייבט אין ספר המדות (ממון לו) "לכתוב ספר תורה מסוגל לפרנסה".
דער סופר מומחה וירא שמים איז הרב ישראל גרומאן שליט"א, פון די חשובי אנשי שלומינו פון ארץ ישראל. ווען דער ראש ישיבה איז געווען אין ארץ ישראל, האט דער ראש ישיבה אריינגעשריבן דער ערשטער ווארט "בראשית" אינעם ספר תורה, וואס מען האפט צו ענדיגן ביז בערך א יאר.
דער כתיבת ספר תורה איז נאך א פראיעקט לטובת אנשי שלומינו דורכן באקאנטן "רענט קאמפיין" וואס ווערט געפירט מיט גרויס איבערגעגעבענקייט דורך די חשובע עסקנים מו"ה שבתי דוד מארקוס הי"ו און מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו וואס טראגן דעם עול און העלפן באצאלן די חודשליכע רענט פאר די הייליגע ישיבה.
עס זענען דא א שיינע אויסוואל פון זכותים וואס מען קען קויפן:
🪶 א גאנצע ספר - $2,500 (5 ספרים)
🪶 א פרשה - $1,200 (50 פרשיות)
🪶 א ספעצילע פרשה - $1,800 (בשלח, יתרו, ואתחנן, און וזאת הברכה) 
🪶 זכות עמוד - $500 (42 עמודים)
רופט שוין צו קויפן א זכות אינעם נייעם ספר תורה 845-379-2626 (מ'קען באצאלן מיט פעימענטס)
ועתה כתבו לכם את השירה הזאת!
 
📰 דינסטאג נאכט יתרו יארצייט פון מוהרא"ש
🛒 שיינע קאלעקשאן פון שיינע ספרים און נאך זאכן צום יארצייט פון מוהרא"ש
📸 היסטארישע בילדער פון מוהרא"ש ביי פארשידענע זמנים
🎦 היסטארישע ווידיאס פון מוהרא"ש ביי פארשידענע זמנים
▶️ פילע שיעורים פון מוהרא"ש ביי פארשידענע געלגענהייטן
🎞️ מוזיק ווידיא: צוואת מוהרא"ש
 
🛒 שובבי"ם - ספרים סידיס און קונטרסים