מיר לעבן אין א וועלט פון הסתרת פנים, די וועלט פארשטעלט די אמונה, און מענטשן גייען דורך שבעה מדורי גהנום, ווייל זיי שפירן נישט דעם אייבערשטן. אבער דער אייבישטער וויל אז מען זאל אים יא קענען טרעפן, שיקט דער אייבישטער גרויסע צדיקים אין יעדן דור וואס זענען מפרסם און מגלה דעם אייבערשטן אויף אלע מיני אופנים וואס נאר מעגליך, און אזוי הייבן אידישע קינדער אן צו לעבן א גוטע לעבן מיט אמונה.
אין אונזער דור האבן מיר געהאט מוהרא"ש, וואס איז זיין גאנץ לעבן ארום געגאנגען מיט די איינע מחשבה: "וואס קען איך טון אז נאך א איד זאל לעבן מיטן אייבערשטן? אז נאך איינער זאל אויך באקומען דעם גן עדן נאך אויף דער וועלט?" פאר דעם צוועק האט זיך מוהרא"ש אוועקגעגעבן זיין גאנצע לעבן און איז געזיצן און געשריבן אן א שיעור ספרים, קונטרסים, בריוון, אלעס מיט דעם ציל, אז מען זאל טרעפן דעם אייבערשטן, יעדער אין זיין לעבן.
מוהרא"ש האט געשריבן קונטרסים און ספרים אויף יעדן נושא וואס מ'קען נאר טראכטן. אזוי אז די ספרים רעדן צו יעדעס אידיש קינד אין יעדן מצב.
דער "קרן הדפסה היכל הקודש", וואס זייער ציל איז צו גיין אין די וועגן פון מוהרא"ש, דרוקט כסדר איבער נאך און נאך ספרים און קונטרסים, און ווי נאר די ספרים ווערן פריש אוועליבל, ווערן זיי תיכף ארויפגעלייגט אויפן "ברסלב סענטער געשעפט" עס זאל זיין צו באקומען פאר אלעמען איבער די גאנצע וועלט.
אין די לעצטע צייט האט מען זיך גענומען מיט א פרישע אייפער און ברען איבערצודרוקן די פילע קונטרסים פון מוהרא"ש וואס איז מגלה און מפרסם דעם אייבערשטן אין אידיש, ענגליש, לשון הקודש און נאך.
בלויז אין די לעצטע טעג זענען צוגעקומען פילע פרישע קונטרסים אויפן וועבסייט וואס ווערן פארקויפט פאר בלויז איינס און א האלב - צוויי דאלער. צווישן זיי: 
📚 געב זיך אכטונג
📚 Striking it Rich
📚 די וועג ארויס
📚 דו ביסט נישט פארלוירן
📚 מיין קינד איך האב דיר ליב
📚 נסיעה קיין ארץ ישראל
📚 קדושת שובבי"ם
📚 שומר הברית
📚 תיקון שובבי"ם
 
אזוי אויך איז דא אויפן וועבסייט פילע נייע ספרים. צווישן זיי:
📖 ריינע אויגן ($2.99)
 📖 ליקוטי מוהר"ן שפת הנחל ח"ב ($24.99)
📖 אוצר שלום בית ($2.99)
📖 אשר בנחל איינצעלנע בענדער טז, כ, כב, כג, כה, לד, לח, מג, מד, מז, מח, מט, נב ($8.99)
📖 ליקוטי תפלות לילידים - מיט הערליכע בילדער ($22.99)
📖 כך שמעתי מפיו - סיפורים ומאמרים ששמע מוהרא"ש מרבי לוי יצחק בענדער ($9.99)
און נאך פילע ספרים
🛒 א לינק צו אלעס אויפן וועבסייט, לויטן סדר ווי עס איז אריינגעקומען: all-items-sorted-by-created ווי איר קענט נוצן די פילטערס (אויף די לינקע זייט), אויסצוזוכן די חפצים, לויט אייער באגער.
 
כי מן הבאר ההוא ישקו העדרים
📰 ברסלב סענטער געשעפט "דעליווערי בחנם" ארדערס העכער 35 דאלער