ברסלב סענטער ברענגט כסדר אריין פרישע ספרים, לויט די פארלאנג פון אנשי שלומינו, אויסער דעם וואס מען דרוקט די פילע קונטרסים און ספרים, זוכט מען ווי מען קען ברענגען נאך פילע ספרים.
 
פאלגענד זענען די פרישע ספרים וואס מען האט לעצטענס ארויפגעלייגט:
 
החוט המשולש. דאס איז א ספר איז משולב דער הייליגער ספר "ליקוטי מוהר"ן" צוזאמען מיט די "קיצור ליקוטי מוהר"ן" וואס דער הייליגער רבי נתן האט געשריבן, ארויסגענומען די תמצית פון די תורה, און דערויף די תפלה וואס געהער צו די תורה פון "ליקוטי הלכות", ווי דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט אז ער וויל אז מיר זאלן מאכן פון זיינע תורות תפלות, וואס דערויף האט רבי נתן געשריבן א תפלה אויף די תורות פון הייליגן רבין, ווי מען בעט דעם אייבערשטן מען זאל קענען פאלגן די עצות וואס דער הייליגער רבי ברענגט אין די תורה. מוהרא"ש זי"ע שרייבט אין אשר בנחל אז הלוואי זאל איינער קומען און מאכן א ספר וואס זאל צוזאם ברענגען די אלע דריי ספרים, אז מען זאל קענען לערנען ליקוטי מוהר"ן צוזמען מיטן קיצור ליקוטי מוהר"ן און דערויף זאגן די תפלה.
 
היט דיינע אויגן. א קונטרס געשריבן דורך מוהרא"ש זי"ע וואס רעדט איבער די גרויסקייט פון זיך היטן די אויגן, און עצות און חיזוק ווי צו קענען האבן ריינע אויגן
 
אוצר לבחורי ישיבה. א ספר ווי עס איז צוזאמגענומען 15 הערליכע קונטרסים וואס מוהרא"ש זי"ע האט געשריבן פאר בחורים און תלמידי הישיבה. דער ספר אנטהאלט די פאלגענדע קונטרסים: 1. סדר הישיבה   2. בחור ישיבה   3. דרך לבחור ישיבה   4. עצות לבחור ישיבה   5. הצלחה לבחור ישיבה   6. עצה לבחור   7. להיות בחור מוצלח   8. חיזוק לבחור   9. דרך לבחור   10. סדר לבחור   11. התחזקות לבחור   12. התעוררות לבחור   13. מעלת בחור   14. בחור חכם   15. בחור חזק.
 
When Darkness Falls. א קונטרס פון מוהרא”ש זי”ע אויף ענגליש וואס איז מחזק און מעודד א מענטש ווען ער גייט איבער א קריזיס אין לעבן, און געבט עצות וויאזוי מען קען ארויסקריכן.
 
Wait A Second. א הערליכע קונטרס אויף ענגליש געשריבן דורך מוהרא”ש זי”ע וואס רעדט איבערדעם אז די עצה מצליח צו זיין איז קונה צו זיין געדולד-סבלנות, און עצות וויאזוי מען קען ווערן א געדולדיגער מענטש.
 
צדיק מה פעל. א ספר געשריבן דורכן באגאבטן בעל מספר הרב דן כהן, וואס אנטהאלט א שלל פון גאר אינטערסאנדע מעשיות און סיפורים פון מוהרא"ש זי"ע.
 
ספר שיחות וסיפורים. א ספר געשריבן דורך מוהרא"ש זי"ע מיט אסאך שיינע מעשיות און סיפורים פון הייליגן רבין און זיינע תלמידים, אזוי אויך פילע מעשיות פון צדיקים און תלמידי בעל שם טוב הק' וואס מ'קען דערפון ארויסנעמען למעשה וויאזוי צו דינען דעם אייבערשטן. וואס מוהרא"ש האט מקבל געווען פון חסידי ברלסב פון פריערדיגן דור.
 
סעט ספרי רבינו. א סעט פון 8 בענדער פון רבינ'ס ספרים, הערליך ניי איבערגעדרוקט דורך מכון אור הנחל. דער סעט אנטהאלט  • ספר המידות • סיפורי מעשיות • שיחות הר"ן • חיי מוהר"ן • ליקוטי תפילות • ליקוטי עצות • עלים לתרופה • השתפכות הנפש ומשיבת נפש. אלעס געדרוקט מיט שיינע לעכטיגע אותיות אויף א גוטע פאפיר.
 
כי לקח טוב נתתי לכם
 
🛒 דרוקט דא פאר נאך פילע צענדליגע נייע אייטעמס