עס קומט אראפ א פרישע אור, א פרישע התחדשות צום הייליגן יום טוב פורים, מיט די נייע גליונות און קונטרסים געשריבן דורכן ראש ישיבה שליט״א, פול מיט חיזוק, הדרכה און א ריכטיגן בליק וויאזוי אויסצונוצן די הייליגע טעג ווי עס דארף צו זיין.
 
דער פורים קונטרס טראגט דעם נאמען "א הייליגע פורים" אויף אידיש, און "יום הפורים" אויף לשון הקודש, און דער צווייטער קונטרס הייסט "שבת פרה". יעצט זענען זיי ארויסגעקומען צייטווייליג אין פארעם פון א גליון, אבער זיי וועלן ארויסקומען קומענדיגעס יאר בעזרת השם אלס א שיינער קונטרס.
 
די גליונות ווערן געדרוקט דורך קרן הדפסה, און ווערן ארויסגעגעבן דורך "מכון עצתו אמונה". מו״ה ישראל דוד העסקל הי״ו איז מסדר דעם גליון הערליך שיין, און מו״ה שמעון עוזר פערל הי״ו פון ירושלים זעצט עס איבער אויף לשון הקודש.
 
די מפיצים דערציילן ווי דער נייער גליון איז גאר שטארק אויפגעכאפט געווארן און זיי דערציילן אז בלויז דער אידישער פורים גליון איז שוין פארשפרייט געווארן אין ברוקלין, מאנסי און קרית יואל אין מער פון צען טויזנט שטיק – מען זעט די שטארקע דורשט פון אידישע קינדער צו די ווערטער פון הייליגן רבי'ן.
 
אין דעם גליון געפינט מען א רייכן אוצר פון הדרכות און התחזקות אויף דעם הייליגן טאג, צווישן זיי: וויאזוי אויסצונוצן די הייליגע מינוטן פון מגילה ליינען, זאל מען טרינקען וויין דעם ערשטן נאכט פורים? וואס מען קען פועל'ן אין די שעות פון פורים, א קלארער סדר היום פאר דעם טאג, דער אמת'ער באגריף פון שמחה און שיכרות – אן עכטער שיכור טוט נישט וויי א צווייטן, די געלעגנהייט זיך איבערצובעטן און אנצוהייבן פון פריש, טרינקען און טאנצן בקדושה, רעדן צום אויבערשטן אין די הייליגע מינוטן, אכטונג געבן וואס און וויאזוי מען טרינקט, רעדן איידל און זיך פירן בקדושה, די עבודה פון שושן פורים.
 
די גליונות ווערן אויפגענומען מיט גרויס פרייד איבעראל וואו אידישע קינדער געפינען זיך, און אלע זאגן עדות ווי דער גליון ברענגט אריין א ליכטיגקייט און א קלארקייט וויאזוי מען זאל צוגיין צום יום טוב מיט תוכן און פנימיות.
 
והימים האלו נזכרים ונעשים בכל דור ודור