נייע קימפעטארין היים ווערט געבויט אין קרית ברסלב ליבערטי
א סיון תשפ"ג 📝
דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז עס איז זייער וויכטיג אז אידישע מאמעס זאל זיך קענען אויסרוען נאכן האבן א קינד, אבער למעשה וויבאלד די פרייזן פון די קימפעטארן היימען זענען זייער גרויס קענען זייער אסאך מאמעס זיך עס נישט ערלויבן, און אסאך וואס גייען יא, מאכן זיך אן דערפון גרויסע חובות, וואס איז אויך א חורבן פאר זיך. ממה נפשך, אדער קען זיך די מאמע נישט אויסרוען - וואס איז א זאך וואס איז קריטיש וויכטיג זי זאל קענען זיין א געזונט מאמע פאר איר משפחה, אדער פאלט מען אריין אין חובות - וואס איז ווייטער א גרויסע צרה - עס נעמט אוועק די ישוב הדעת פון א מענטש, מען קען נישט לערנען, דאווענען, און זיין א טאטע פאר די קינדער.
זעענדיג דעם פראבלעם האט דער ראש ישיבה שליט"א געבעטן פונעם כהן שדעתו יפה, וואס שטייט צום רעכטן האנט פונעם ראש ישיבה שליט"א אין יעדן פראיעקט הר"ר יואל ראזענבערג שליט"א, אז ער זאל אויפזוכן א גוטע פלאץ פאר אזא היים, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז קודם קען מען עס מאכן אויף א קליינעם פארנעם. דער אייבישטער האט געהאלפן אז נאך תפילות האט מען געטראפן א ממש צוגעפאסטע פלאץ צווישן די בערג ביימער און גראז אין ליבערטי אין א שטילן ווינקל. דערווייל האט עס פיר צימערן, דריי סינגל רומס און איין דאבל רום. און שפעטער ווען עס וועט אויספעלן איז דא אסאך פלאץ עס צו קענען בעז"ה אויסברייטערן.
מען האט זיך שוין ב"ה גענומען צו די ארבעט פון איבערבויען, דער ראש ישיבה וויל עס מאכן אויפן שענסטן און בעסטן פארנעם, אויפן העכסטן סטאנדארט. מען האט אינסטאלירט א סטעיט אף די ארט קאך מיט אלע מאדערנסטע אפלייענסעס, מען בויטע איבער די טוילעטס מיט די שויערס, און קומענדיגע וואך וועט מען מאכן די טיילס, און נאכדעם וועט מען בעז"ה פעינטן.
דער ראש ישיבה שליט"א האט געבעטן מרת (אייזיק) אפעל תחי' זי זאל שטיין בראש פון דעם קימפעטארין היים. מרת אפעל תחי' האט א לאנגע הערליכע רעזומעי פון שטיין צו די רעכטע האנט פונעם ראש ישיבה שליט"א נאך זינט די מוסדות האבן זיך געעפענט, אזוי אויך פירט זי אן די חתונה זאל אין וויליאמסבורג וואס איז די איינציגסטע חתונה זאל אין דער וועלט - לויט וויפיל מיר ווייסן - וואס איז גענצליך בחנם פאר אלע מחותנים, מרת אפעל פירט אן די חתונות מיט גרויס געטריישאפט, און אין די טעג וועט טאקע ווערן אפגעצייכענט די פופציגסטע חתונה בחנם.
דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז ער וויל אז די קימפעטארן היים זאל זיין עפארדעבל, אז די אזוי וויכטיגע סערוויס פון זיך אפרוען נאך א קינד זאל נישט פאר'חוב'נען די משפחה, דערפאר וויל דער ראש ישיבה אז דער היים זאל אפערירן דורך געטרייע הארציגע וואלונטירן, וואס וועלן קומען כסדר און זיך אפגעבן מיט די קימפעטארנס, קאכן, וואשן, רוימען און זיכער מאכן מיט הארץ און געפיל אז זיי קומען צו די כחות. די הארץ פון די אידישע פרויען איז א זאך וואס מען קען נישט קויפן פאר קיין געלט אויף דער וועלט.
מען זעט די סייעתא דשמיא אויף טריט און שריט, צום ביישפיל וויאזוי מען האט געטראפן דעם נורס וואס וועט זיך אפגעבן מיט די קינדערלעך: איין טאג איז א פרוי צוגעקומען צו א פרוי מאנשי שלומינו איינקויפענדיג אין א לאקאלע געשעפט זיך פארשטעלנדיג אלץ א נוירס און געזאגט אז זי האט געארבעט אסאך יארן ביי "אם וילד" קימפעטארין היים, און געזאגט אז זי זוכט א דזשאב. די זעלבע זאך שפילט זיך אפ מיט די ריזיגע געלטער וואס עס קאסט איבערצובויען. מען נוצט די וואלוטע וואס הייסט "תפלה", מען בעט דעם אויבערשטן און ב"ה אלעס ווערט געדעקט.
דער היים פארמאגט אין הויף א הערליכע גארטן מיט ביימער און בלומען ווי די פרויען וועלן זיך קענען ארויסזעצן אונטער די שאטן פון די ביימער אין די שיינע וועטערס, אזוי אויך וועט עס האבן אינעוויינג א הערלכיע "גלאז צימער" ווי מען וועט קענען נורסן די בעיביס, זיך אפרוען און פארברענגען אינעוויינג.
מיט תפילות וועט דער אויבערשטער העלפן אז דער נייער קימפעטארן היים וועט שנעל פארטיג ווערן, צו אלעמענס צופרידנהייט.
וארבה את זרעך כחול הים