ווי אומגלויבליך עס הערט זיך, איז עס אבער ברוך השם א פאקט, אז יעצט ווען איר ליינט די שורות, זיצן שוין די קינדערלעך אין די צען נייע קלאסן פונעם נייעם שטאק וואס איז ארויפגעצויגן געווארן אויפן עקזיסטירנדן בנין התלמוד תורה אין שטעטל.
באלד נאכן זומער האט דער ראש ישיבה געבעטן דעם בוי-מייסטער מו"ה אברהם שבתי מזרחי הי"ו ער זאל זיך אריינטון אין די קאמפליצירטע ארבעט פון ארויפציען א נייעם שטאק, און האט צוגעלייגט אז מען דארף עס מאכן זייער שנעל, עס זאל זיין גענצליך פארטיג אויף אסרו חג סוכות, כדי די קינדער וואס הייבן אן די נייע קלאסן זאלן עס קענען אנהייבן ניצן גלייך נאך יום טוב.
נאכן איבערגיין די פלענער, און זען וויפיל טעג עס איז נאך דא ביז אסרו חג, און וויפיל טעג צווישן די ימים טובים עס וועט בכלל זיין מעגליך צו ארבעטן, איז ר' שבתי נ"י צוריקגעקומען מיטן פאזיטיוון ענטפער אז מען וועט עס מיטן אייבערשטנ'ס הילף באווייזן.
ממש הארט פאר ראש השנה, נאכן באקומען די פערמיטן צו בויען, האט מען זיך גענומען צו דער ארבעט מיט פלייס און אייפער. מען האט געארבעט בייטאג און ביינאכט אן אויפהער. מען האט געארבעט איינער מיטן צווייטן.
און יא, ברוך השם, מען האט דאס באוויזן. די וואך, זונטאג פרשת נח, האט מען באנייט דעם הערליכן גרויסן שיינעם שטאק, וואס אנטהאלט אין זיך ברייטע קלאסן פאר יעדע כיתה באזונדער.
די גאנצע קהילה איז זייער דאנקבאר פאר אלע וואס האבן זיך אנגעשטרענגט און אריינגעארבעט אז דאס זאל קומען צום רעאליטעט, אלעס כדי אונזערע טייערע קינדער זאלן האבן א רואיג געשמאק ווינקל צו לערנען און דאווענען, קענען חזר'ן טאג נאך טאג אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, און נאר צו אים ווענדט מען זיך ווען מען האט א פראבלעם.
באזונדער קומט זיך א הערצליכע דאנק פאר די באקאנטע באליבטע גבאי צדקה מו"ה שבתי מארקוס הי"ו און מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו, וואס האבן גענומען אויף זייערע פלייצעס די אויפגאבע פון שאפן די איבער מיליאן דאלער וואס דער פראיעקט האט געקאסט. דער אייבערשטער זאל זיי באצאלן אלעס גוטס פאר די געוואלדיגע ארבעט.

אין העולם מתקיים אלא בשביל הבל תינוקות של בית רבן