עס איז באקאנט אז אוקריינא איז פארמישט אין א שווערע קריג מיט רוסלאנד, כאטש מען זעט עס בכלל נישט ווען מען קומט אויף אומאן, האט עס אבער יא געוויסע עפעקטן, איין פלאץ ווי מען קען זען אז די לאנד איז אין קריגס צושטאנד איז אז אלע מענער ארבייטער זענען אדער גאר אינגע, אינגער פון אכצן יאר, אסער זענען זיי עלטערע וואס דארפן שוין נישט גיין אין מיליטער. אויך האט עס א השפעה אויף די עלעקטעריק סערוויס, וואס איז נישט אזוי שטארק פארלעסליך אין די לעצטע צייטן, און עס מאכט זיך כסדר בלעק אוטס (עלעקטער אויסשאלטערונגען).


אפילו אין פרידנס צייט קען די אוקריינע עלעקטעריק פירמעס נישט צושטעלן גענוג פאוער פאר די ריזיגע צופלוס פון באנוצער וואס קומען אן אויף ראש השנה, אין ווי אנשי שלומינו געדענקען האט מען אלץ געהאט א געדינגענע דזשענערעיטאר ביים בנין וואס זאל צושטעלן סערוויס פאר די צייטן וואס די לאקאלע פירמעס קענען נישט. אבער היי יאר ווען פילע וויכטיגע בנינים אין אוקריינע דארפן וויכטיג האבן די עלעקטעריק בעקאפ סיסטעמס, האט מען נישט געקענט טרעפן צו דינגען אזא מאשין. 
 
דערפאר האט מען געזען אז מען מוז נעמען היי יאר אן אנדערע אפציע, מען דארף באשטעלן פון אויסלאנד א מאשין, און פאשטייט זיך אז מען קען נישט דינגען א מאשין פון אויסלאנד, און מען קען עס נאר האבן אויב מען קויפט עס אפ. מען האט געבעטן דעם אויבערשטן מען זאל טרעפן די ריכטיגע מאשין, און ב"ה מען האט עס באשטלט פארן בנין, און דער אויבערשטער האט געהאלפן אז דער מאשין איז שוין אנגעקומען צום בנין אין אומאן.
 
מען האט ברוך השם געטראפן א גוטע מאשין וואס קען צושטעלן די ריכטיגע מאס עלעקטעריציטעט הונדערט פופציג קילא וואטס, וואס איז גענונג צו קענען צושטעלן מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף די גאנצע געברויך פאר'ן בנין.
 
נייגעריגע מענטש פרעגן "ווען מען קומט אין אומאן קען מען זען א מלחמה? מען קען זען באמבעס?", דער ענטפער איז אז יא. ווער עס האט א מאשינקע וואס האט א סקרין קען זען א מלחמה, קען זען באמבעס; און דאס איז אויך אמת אין ניו יארק, און אין לאנדאן, די אלע וואס זענען נעבעך עדיקטעד צו די נייעס און זיי הערן נייעס, קוקן נייעס, זיי לעבן נעבעך אין שרעק נישט קיין חילוק וואו זיי געפונען זיך, אבער די וואס קוקן נייעס אין די חומש, ביי אונזערע העדליינס שטייט היינט "ואתם הדבקים בה' אלקוכם חיים כולכם היום", די לעבן א חיים טובים, וואו זיי זאלן זיין, בשעת דער וואס ליינט נייעס ציטערט שוין פופציג יאר, "מאגן גייט רוסלאנד גיין נוקלער, יעצט מיינט ער עס שוין אמת'יג!".
 
ברוך השם אנשי שלומינו פאר'ן מיט שמחה צום הייליגן רבי'ן ווי מען וועט פועלן א זיסע יאר, א יאר פון ערליך אידיש נחת, א יאר פון שלום בית, א יאר פון פרנסה בהרחבה, א יאר פון גוטע שידוכים, א יאר פון שמירת עינים, א יאר ווי מען וועט זיך פרייען מיט די בארד און פיאות, א יאר וואס מען וועט רעדן צום אויבערשטן, מען וועט אויספעולן א גוט געבענטשט יאר פאר זיך און פאר די גאנצע משפחה און פאר גאנץ כלל ישראל.