אויפן רוף פון ראש ישיבה שליט"א פארגאנגענעם חודש ראש השנה אין אומאן אז אלע גבאים זאלן זען צו מסדר זיין א שיעור אין זייער בית המדרש אין גמרא, זאגענדיג ווי ער געדענקט ווי מוהרא"ש זי"ע פלעגט זיך אלץ בארימען וויפיל שיעורים אין גמרא עס קומען אלץ פאר אין יבנאל, האט ער געזאגט אז דאס איז די פליכט פון יעדע גבאי צו זען צו נעמען א מגיד שיעור וואס זאל פארלערנען א שיעור גמרא.
 
דערפאר איז אונז א פרייד צו מעלדן אז דער גבאי פון בית המדרש היכל הקודש קרית יואל הר"ר יואל פארקאש שליט"א איז געלונגען צו מסדר זיין אז פון היינט מיטוואך בראשית וועט בעז"ה פארקומען א שיעור אין בית המדרש דורך א געשמאקע פארלערנער וואס וועט צולייגן די גמרא קורץ און קלאר און וועט דערנאך צולייגן די חיזוק און עצות וואס מען קען ארויסנעמען פונעם בלאט אויף למעשה געבויט לויט די תורות און ווערטער פון הייליגן רבין.
 
דער שיעור וועט בעז"ה פארגעלערענט ווערן טעגליך אום 9:00, און מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף וועט מען אום 9:30 דאווענען מעריב.
 
מיר געדענקען גוט וואס מוהרא"ש פלעגט אלץ רעדן פון די גרויסקייט פון לערנען א בלאט גמרא יעדן טאג, זאגענדיג אז דאס איז א שמירה פאר'ן מענטש ברוחניות ובגשמיות, ווי ער פלעגט אלץ זאגט אז גמרא איז ראשי תיבות ג'בריאל מ'יכאל ר'פאל און א'וריאל די פיר מלאכים וואס היטן דעם מענטש וואס לערנט גמרא יעדן טאג, אזוי אויך פלעגט ער אלץ נאכזאגן פון ר' שלמ'קע זעווהילער אז א טאג וואס א מענטש האט נישט געלערענט א בלאט גמרא האט ער א פנים ווי א חי'. מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן אז דאס וואס עס שטייט און סיפורי מעשיות וועגן דעם בלאט (בלעטל) אינעם ספר וואס דארט איז געשטאנען די נימוסים פון די אידן וואס האט זיך אריבער געמישט און דער קעניג האט מורא געהאט ביז ער האט זיך געחלומ'ט "ווילאנג דער בלעטל איז אויף דיר מגין דארפסטו פון קיינעם קיין מורא האבן" אז דאס גייט ארויף אויף לערנען יעדן טאג א דף גמרא, און דאס איז מגין און היט אויף א מענטש אז קיינער זאל אים נישט קענען טון קיין שלעכטס און ער דארף פון קיינעם קיין מורא האבן.