נייע שיעור אין ליקוטי מוהר"ן דורכן ראש ישיבה שליט"א
יז תמוז תשפ"ד 📝
די בחורים אין ישיבה לעבן אויף אלע באקן אין מחנה אילן החיים. די בחורים לערנען פלייסיג די שיעורי הישיבה, די זעלבע ווען עס קומט צו דאווענען, זעט מען ווי די בחורים שפירן א חיות אינעם דאווענען,די בחורים פילן אן זייער פרייע צייט מיט פילע שיעורי תורה, אלע זאגן פילע פרקים משניות יעדן טאג, מען ענדיגט מסכתות פון ש"ס, מען זאגט תהלים, אלע ענדיגן מעביר סדרה זיין יעדע וואך. די איבעריגע פרייע צייט פארברענגען די בחורים געשמאק, מען פירט זיך מיט יראת שמים און מיט מידות טובות מען רעדט צום אויבערשטן.
אין א שמועס מיט איינע פון די חשובע תלמידים יעקב רייכמאן הי"ו פארציילט ער אונז ווי די תלמדים לעבן א גאנצן טאג מיט'ן אויבערשטן, אפילו ביים עסן, שווימען, און שפילן, טוט מען עס מיטן אויבערשטן. ווען מיר האבן אים געפרעגט פאר א ביישפיל וואס הייסט "שפילן מיטן אויבערשטן", און וואס וואלט געווען ווען מען איז נישט מקורב צום רבי'ן, וויאזוי מען וואלט געשפילט, זאגט ער אונז אז אין ברסלב ווען עס שפילן צוויי טיעמס בעטן ביידע זייטן דעם אויבערשטן אז זיי זאלן געווינען דעם געים, און דערנאך ווען איינער געווינט וועלן אלע דאנקען דעם אויבערשטן, איין זייט "שכח אייבישטער אז מיר האבן געווינען", און די אנדערע זייט וועט דאנקען דעם אויבערשטן אז "זיי האבן געווינען". ער פארציילט ווי אלע תלמידים זענען צופרידן און פרייליך, און אפילו ווען עס איז דא א פאנטשער, און מען קען איינעם בלעימען, וועט מען זיך בלויז ווענדן צום אויבערשטן און אים בעטן ער זאל העלפן, וויסענדיג אז נאר אין אים ווענדט זיך עס.
דאס יאר האט דער ראש ישיבה מחליט געווען אז מען וועט אנהייבן א נייע שיעור פאר די תלמידים א ספעצילע זומער שיעור. און אזוי ווי דער רבי האט געוואלט מען זאל לערנען אין ישיבה זיין ספר ליקוטי מוהר"ן, איז צייט מיר זאלן טון זיין רצון. און יעדן טאג - אויב די וועטער ערלויבט - גייען די בחורים מיט די תלמידים ארויס אין וואלד אונטער די שאטן פון די ביימער צום שיעור. דער שיעור קומט פאר אין מחנה אילן החיים הונטערן קליינעם בית המדרש טעגליך פון 2:30 ביז 3:00 ווי דער ראש ישיבה שליט"א לערנט פאר דעם רבי'נס תורה אויף א וועג מען זאל קענען ארויסנעמען דערפון עצות לעובדה ולמעשה. דער ראש ישיבה האט שוין אין די וואך פארגעלערעט דער ערשטער תורה, ווי דער רבי לייגט אראפ א יסוד אז א איד דארף לערנען תורה, כדי ער זאל האבן חן ביים אויבערשטן און זיינע תפלות זאלן ווערן אנגענומען.
מען קען מיטהאלטן דעם שיעור אויף ברסלב סענטער, און אויף ברסלב עני טיים.
שמעו ותחי נפשכם