טבריה. - מיט גרויס פרייד האבן אנשי שלומינו אויפגענומען די גאר פרייליכע נייעס אז אויפן פרישן ווינטער זמן תשפ"ג האט זיך געעפענט א פרישע תלמוד תורה היכל הקודש, יעצט איז עס אין גליל ארץ ישראל אין שטאט טבריה. דאס איז א געוואלדיגע שמחה ביי אלע אנשי שלומינו, ווען מען זעט אז די קהילה וואס מוהרא"ש האט אויפגעשטעלט און געארבעט שווער אויף דעם זיין גאנצן לעבן ווערט נאר גרעסער און שענער פון טאג צו טאג מיט נאך א חדר נאך א מיידל שולע און נאך א בית המדרש.
 
אין די זעלבע צייט האט זיך אויך געעפענט אין טבריה א בית המדרש היכל הקודש פאר די תלמידים וואס וואוינען אין דעם געגענט, און דער ראש ישיבה האט טאקע געגעבן א שיעור פאר די מתפללים אינעם טאג פונעם רבינ'ס יארצייט חול המועד סוכות, ארויסברענגענדיג די שמחה אז מען עפענט אויף א בית המדרש אויפן רבינ'ס נאמען.
 
דער ראש ישיבה האט זיי געזאגט צוויי וויכטיגע נקודות וואס אויב זיי וועלן דאס טון וועט דער בית המדרש האבן גרויס הצלחה, איינס אז מען זאל שטענדיג נאר רעדן פון רבינ'ס דיבורים - רעדן פון די חיזוק וואס קומט ארויס פונעם רבינ'ס שיחות, די צווייטע תקנה איז, אז יעדער זאל נאר זיין פארנומען מיט יענעמ'ס גשמיות, זען צי ער האט אויף שבת צו מאכן וכדומה, און נישט זיין פארנומען מיט יענעמ'ס רוחניות, ווי למשל ווען יענער קומט אין בית המדרש דאווענען וכדומה, דער בית המדרש איז געשטעלט צו קוקן יענעמ'ס גוטס.
 
דערנאך האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט אז אין היכל הקודש פרובירט דער יצר הרע צו מאכן עפעס א מחלוקה און מיט דעם איז ער מרחק מענטשן פון ברסלב, דארף מען זען שטענדיג צו זיך ליבן האבן איינער דעם צווייטן.
 
מוהרא"ש זי"ע פלעגט זאגן אז ווען דער הייליגער רבי איז געווען אין שטאט טברי' איז ער געשטאנען ביים קבר רבי עקיבא און געוויזן אויף יבנאל "דא איז גוט צו וואוינען", דער בית המדרש איז דאך א חלק אין יבנאל, קען מען זאגן אז דער רבי האט געוויזן אויף דעם פלאץ. דער גאנצער שיעור קען מען זען אויף ברסלב סענטער ביי די שיעורים אפטיילונג.
 
אין א בריוו ערב שבת קודש פרשת בראשית האט דער ראש ישיבה געשריבן "עס איז דא גוטע נייעס, עס האט זיך געעפנט א תלמוד תורה היכל הקודש אין די שטאט טבריה. ביז דערווייל איז עס קליין, אזוי ווי מיר האבן געעפנט די מוסדות אין וויליאמסבורג מיט געציילטע קינדער, וואס פון דעם איז געווארן א שיינע גרויסע קהילה."
 
זה הקטן גדול יהי', פון דעם ווינקל וועט מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף ארויסקומען א לעכטיגקייט פאר די גאנצע געגענט און פאר די גאנצע וועלט.