מיט גרויס פרייד טוען מיר אויפוויקלען פאר אנשי שלומינו די גוטע בשורה, אז מיר שטייען יעצט בעפארן לייגן דעם גרונדשטיין פאר א שפאגל נייעם בנין בית המדרש היכל הקודש אין אומאן, וואס וועט בעזרת השם יתברך דינען פאר א צענטער פאר תלמידי היכל הקודש דורכאויס די טעג פון ראש השנה.
 
אינעם יעצטיגן מאמענט האלטן מיר ביים אויסארבעטן די פלענער פאר'ן ריזיגן בנין, וואס עס וועט אלץ אנטהאלטן און ווי אזוי עס וועט זיין דאס בעסטע און פראקטישסטע אויסגעשטעלט פאר די באקוועמליכקייט פון אנשי שלומינו.
 
צו מאכן זיכער אז אלע פלענער זענען טאקע דאס פראקטישסטע און געשמאקסטע וואס שייך, מאכן מיר אסאך תפילות אז דאס זאל זיך אויסארבעטן על צד היותר טוב. אויך זיצן מיר מיט די גרעסטע ארכיטעקטן אינעם פעלד פון בויען בתי מדרשים, וואס זיי פארשטייען גוט ווי אזוי אהערצושטעלן א בנין בית המדרש אז עס זאל זיין פראקטיש, באקוועם, שיין און מאיעסטעטיש, אזוי ווי עס פאסט זיך פאר'ן "רבי'נס שול".
 
ווי מען האלט יעצט איז די פלאן צו בויען בעזרת השם יתברך א ריזיגע שיינע היכל בית המדרש מיט א גאלערי, אז עס זאל זיין באקוועם און קענען אקאמאדירן די פילע תלמידים פון דער ראש ישיבה, און אויך די נייע פרישע מקורבים וואס מערן זיך יעדעס יאר בלי עין הרע.
 
אזוי אויך איז דא א רעדע פון מאכן א חדר פאר די פאר טעג וואס מיר וויילן אין אומאן. היות אנשי שלומינו ברענגען מיט די קינדער ווי דער רבי האט געהייסן מען זאל קומען מיט די קינדער, וויל מען אוועקשטעלן א חדר, וואס זאל זיין באקוועם און שיין צוגעשטעלט פאר די מלמדים און די קינדער, אז די מלמדים זאלן קענען טון זייער עבודת הקודש אומגעשטערט, מיט הרחבת הדעת, און גלייכצייטיג זאל עס אויך זיין געשמאק און באקוועם פאר די קינדער.
 
אזוי אויך באטראכט די הנהלה פארשידענע אפציעס איבער צולייגן וואכנדיגע מנינים שטיבלעך, פאר די באקוועמליכקייט פון אנשי שלומינו, היות די ציבור האלט זיך אין איין פארגרעסערן כן ירבו, קומט שוין אויס אז עס שטעלן זיך כסדר מנינים לתפילה אין די וואכן טעג, און דערפאר פעלט זיך אויס צו האבן שטיבלעך אז די מנינים זאלן קענען אנגיין באקוועמערהייט.
 
אין די יעצטיגע טעג טוט מען אדורך די פלענער וויאזוי מען קען אויסנוצן דעם גרויסן שטח צו קענען אקאמאדירן די מאקסימום זיץ פלעצער אין בית המדרש, און אזוי אויך אלע אנדערע איינצעלהייטן, ווי די בתי כבוד און סינקס ברווח, און אזוי ווייטער.
 
מיר האפן און בעטן דעם אייבערשטן אז אלע פלענער זאלן זיך טאקע אויסארבעטן, און אז דער בנין זאל טאקע זיין א פראכט פון א בית המדרש אזוי ווי עס פאסט פאר'ן "רבי'נס שול".
 
מיר וועלן מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף כסדר מודיע זיין און האלטן אינפארמירט אנשי שלומינו מיט די לעצטע אפדעיטס און ווייטערדיגע פלענער פאר'ן גרויסן בנין "דעם רבי'נס שול".