נייעס פון די אוקריינע גרעניצן
ט תמוז תשפ 📝
ווי א טאג ס'ווערט נענטער צו ראש השנה, שטייגט די בענקעניש ביי אידישע קינדער צו פארן צום הייליגן רבי'ן אין אומאן אויף ראש השנה, און זוכה זיין צו די געוואלדיגע הבטחות וואס דער רבי האט צוגעזאגט פאר די אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה, אז ער וועט פועל'ן פאר זיי א זיס ליכטיג יאר.
אידן ווילן וויסן וואס טוט זיך מיט די גרעניצן וואס זענען געווען פארשפארט פאר די לעצטע חדשים צוליב די וויירוס.
די וואך קומט גוטע נייעס אז אוקריינע לאזט שוין נאך פון אירע שווערע באגרעניצונגען. די אלע וואס קומען אריין דארט אין לאנד וועלן קענען נעמען א "קאראנע טעסט" אין לופטפעלד, וואס וועט קאסטן $75, און אויב קומט עס צוריק נעגאטיוו, וועט מען זיך נישט דארפן איינשפארן דארט בכלל, מ'וועט קענען געהעריג זיך ארומדרייען.
אויך האט מען דארט געמאכט א געזעץ אז אויב קומט מען אריין פון איין לופטפעלד און ביז צוויי טאג פארט מען צוריק ארויס פון א צווייטע לופטפעלד, דארף מען זיך אויך נישט אפזינדערן.
דאס איז גוטע נייעס פאר אידן וואס ווילן זיך יעצט אריבערכאפן קיין אומאן פאר איין טאג, איז דא א וועג ווי אזוי דאס צו באווייזן.
מיר זענען ווייטער מתפלל אז אלעס זאל זיך געהעריג עפענען, מיר זאלן זוכה צו זיין ביים הייליגן רבי'ן מיט הרחבת הדעת און פועל'ן אלעס גוטס.
מי יתן לי אבר כיונה אעופה ואשכונה!