נייעס פון די מפיצים אין ארץ ישראל
כט תשרי תשפ"ב 📝
אין ארץ ישראל גייט אן די הפצה אויף גאר א שטארקע פארנעם, טויזנטער גליונות ווערן געדרוקט וועכנטליך, און ווערן פארשפרייט אין אלע עקן לאנד.
היינט צוטאגס איז שוין דא עטליכע לאקאלן וואו מען דרוקט אליינס די גליונות יעדע וואך, איינס איז אין ירושלים, עקסטער איז דא דרוקערייען אין בני ברק, צפת, יבנאל, און בית שמש.
לעצטנס האט מען אין ארץ ישראל גאר שיין איבערגעמאכט דעם בארימטן "גליון היכל הקודש" אויף אן הערליכן נייעם אויסשטעל און גאר פראפעסיאנאלע גרעפיקס, וואס דאס האט גאר שטארק פארשענערט דעם גליון, און ציעט מער פאר מענטשן עס צו וועלן נעמען. דער גליון ווערט איבערגעטייטשט יעדע וואך פון אידיש צו לשון קודש, און דאס צושפרייט דערנאך מען איבעראל.
אזוי אויך ווערן דארט איבערגעטייטש יעדע וואך פון אידיש צו לשון קודש די "גליון סיפורי מעשיות", דער קונטרס "אשר היה אל יואל". ראש השנה און יום כיפור האט מען איבערגעטייטש די דרשות תקיעת שופר און דרשת כל נדרי.
אין יבנאל איז דא א חשובער אינגערמאן פון אנשי שלומינו וואס גייט ארום יעדן ערב שבת צו אלע משפחות אנשי שלומינו וואס וואוינען אין יבנאל, און טיילט אויס אלע גליונות וואס קומט ארויס אינערהאלב מוסדות היכל הקודש, בפרט דעם קונטרס "עצתו אמונה" אויף לשון הקודש, וואס אויף דעם ווארטן שוין אלע יעדע וואך ווען עס גייט שוין ארויס קומען און מען וועט קענען שעפן אביסל חיזוק און עצות פאר די וואך.
גאר אסאך אידן פון ארץ ישראל זענען צוגעקומען צום ראש ישיבה שליט"א אין אומאן זיך באדאנקען פאר די חיזוק און עצות וואס זיי האבן פון די שיעורים, און פון בריוון אין עצתו אמונה וואס קומט ארויס יעדע וואך.
במשך די טעג וואס מען האט געוויילט אין אומאן האט דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעוויזן גאר א שטארקע חביבות פאר די מפיצים פון ארץ ישראל, דער ראש ישיבה שליט"א איז געגאנגען צום שלאף צימער פון די מפיצים און דארט געקלאפט א מזוזה אויפן טיר און זיך אנגערופן צו איינער פון די מפיצים אין ירושלים, "איך ווארט שוין א גאנץ יאר זיך צו טרעפן מיט דיר, איך בין געקומען ספעציעל צו דעם צימער קלאפן א מזוזה ווייל ענק זענען מפיצים!". און דער ראש ישיבה האט זיך אויסגעדרייט צו איינער פון די אמעריקאנע אידן און זיך אנגערופן: "דארפסט איינזינקען פאר בושה פאר דעם אינגערמאן פון ארץ ישראל, זיי האבן געמאכט דארט א מהפכה, זיי זענען מקרב בחורים און דערנאך מאכט מען זיי פאר מפיצים, נישט סתם מען ברענגט בחורים און דערנאך בלייבן זיי זיצן נעבן דעם ראש ישיבה און טוען גארנישט..."
אויך האט מען געהערט אז דער ראש ישיבה שליט"א האט ספעציעל אנגערופן ערב ראש השנה עטליכע חשובע מפיצים פון ארץ ישראל וואס האבן נישט געקענט קומען אויף אומאן, און זיי ווארעם אנגעוואונטשן א גוט געבענטשט יאר, און זיי געגעבן א ברכה זיי זאלן ווייטער האבן כח ממשיך צו זיין מיט די הייליגע עבודה פון מפיץ זיין דעם הייליגן רבינ'ס עצות אין גאנץ ארץ ישראל אן קיין שטער.
מען קען נעמען א חלק אין הפצה אין ארץ ישראל דורך געבן אויפן וועבסייט פון "נדרים פלאס" מוסד נומער 2812745