נייעס ספרים אויף ברסלב סענטער געשעפט
טז חשון תשפ"ד 📝
אין די לעצטע טעג זענען צוגעקומען צוויי פרישע ספרים צום וועבסייט וואס מען האט אריינגעברענגט ספעציעל פאר אנשי שלומינו וואס האבן געבעטן צו האבן די ספרים.
בראש וראשון איז די גמרא מנוקד בבא קמא, וואס איז יעצט די ריכטיגע צייט עס צו קויפן צום בעפארשטיינדן אנהייב פון די שיינע מסכת קומענדיגן זונטאג פרשת חיי שרה, און נישט קיין חילוק צי מען האט מיטגעהאלטן דעם שיעור הקהלה אין גמרא ביז יעצט אדער נישט איז עס א זייער פאסיגע צייט זיך מיטצוכאפן. די חילוק וועט זיין אז די וואס האבן עס מיטגעהאלטן ביז יעצט וועלן בעזרת השם יתברך ענדיגן ש"ס אין דריי יאר ארום, און די וואס הייבן יעצט אן וועלן ענדיגן אין זיבן יאר ארום בעז"ה ווען מען וועט ענדיגן מסכת קידושין וועלן זיי פראווען זייער אייגענע סיום הש"ס.
עס איז איבעריג צו רעדן פאר תלמידי היכל הקודש די גרויסקייט פון א בלאט גמרא, א זאך וואס מוהרא"ש און דער ראש ישיבה שליט"א מאנען אייביג, ווען מען קוקט אריין אין די בריוון און מען הערט אויס די דרשות קען מען נישט פארפאסן די פילע בקשות וואס מען באגעגענט כסדר "לערן א בלאט גמרא וועט דיר גוט זיין בזה ובבא" און אזוי ווייטער. יעצט האט די קרן הדפסה געלאזט באשטעלן א באגרעניצע צאל גמרות מיט גרויסע שיינע אותיות מנוקד אז אלע זאלן קענען לערנען די גמרא וואס מען הייבט יעצט אן.
אויך האט מען באשטעלט ספעציעל פאר אנשי שלומינו די נייע קיצור שלחן ערוך מנוקד מיט די פסקים צוגעשריבן פון משנה ברורה, א הערליכע שיינע ארבעט פון עוז והדר, שיינע גרויסע לעכטיגע אותיות מנוקד, אז מען זאל קענען מקיים זיין די בקשה פון רבין אז מען זאל יעדן טאג לערנען הלכה, א זאך וואס ביי יעדע ברסלב'ע חסיד אז א חק ולא יעבור. ווייל אן הלכה וויאזוי ווייסט מען וויאזוי א איד דארף זיך פירן.
מען קען שוין באשטעלן די ספרים און נאך פילע הונדערטער ספרים קונטרסים וכדומה פונעם רבין און זיינע תלמידים אויפן וועבסייט און זיך מחי' זיין מיט די הייליגע דיבורים, וואס רעדן צו אונזער דור הלכה למעשה. און אז מען וועט לערנען די הייליגע ספרים און פאלגן זיינע עצות וועלן מיר האבן א חיים טובים אויף די וועלט און אויף יענער וועלט.