די טייערע בחורים פון די סאטמארע ישיבה אין מאנסי געפונען זיך די טעג אין געגענט פונעם שטעטל ווי זיי פארברענגען פאר צוויי וואכן אין א זומער קעמפ, ווי מען לערנט און מען דאווענט און מען שעפט זיך אן מיט פרישע כחות. נעכטן אינדערפרי זענען זיי געקומען באזוכן צום נייעם ריגיזן בנין פון קרן הדפסה צוזאמען מיט די סטעף די מגידי שיעור און משגיחים. מען האט זיי געגעבן א שטיקל טור אינעם "אמונה פאבריק", און צוגעוויזן ווי אזוי עס גייט צו דאס דרוקן די טויזנטער הייליגע ספרים גליונות און קונטרסים. מען האט זיי פארקויפט פילע ספרים און קונטרסים. די טייערע בחורים זענען געווען זייער פרייליך צו האבן די געלגענהייט צו קענען קויפן די ברסלבע ספרים, די בחורים האבן געזאגט אז די דיבורים פון הייליגן רבין רעדט צו זייער הארץ, און פלאמט אויף זייער נשמה צום אייבערשטן.
 
נאכמיטאג האט מען געהאט די זכיה אז דער ראש ישיבה שליט"א איז געקומען באזוכן אינעם נייעם בנין וואס מען האט זיך נארוואס אריינגעצויגן. דער ראש ישיבה איז ארויס פון התפעלות פונעם נייעם רחבות'דיגן בנין, ער איז ארום געגאנגען און אויסגעפרעגט די עוסקים במלאכת הקודש, ער איז אריין צו יעדן אפיס און געפרעגט ווי די ארבעט גייט, דער ראש ישיבה האט זיך אומגעקוקט אויף די פילע ריזיגע פרינטיג מאשינען זיך אינטערעסירט אויף יעדע סארט מאשין וואס דאס איז וואס דאס מאכט. אויך האט ער באטראכט די ריזיגע מאגאזינען פון ספרים און קונטרסים וואס זענען אנגעגרייט פאר די מפיצים, און האט זיך נאכגעפרעגט איבער וויאזוי עס גייט צו דאס פארקויפן די ספרים פאר די טייערע מפיצים.
 
דער ראש ישיבה איז געווען זייער גוט אויפגעלייגט, ער האט זיך זייער געפרייט זעענדיג דעם נייעם שיינעם בנין, ווי מען קען שוין ברוך השם פארברייטערן דאס דרוקן די הייליגע ספרים. דער ראש ישיבה האט זיך אנגערופן צו אנשי שלומינו וואס זענען מיטגעקומען: "ווער געדענקט נאך ווען די הדפסה האט זיך אנגעהויבן אין ישיבה מיט א פרינטער אין א קלאזעט...?"
 
אויך האט זיך דער ראש ישיבה ספעציעל נאכגעפרעגט איבערן ברסלב סענטער וועבסייט געשעפט, און זיך אינטערעסירט וויאזוי עס גייט צו די ארדערס, און וואס מען האט אלץ דארט.
 
אין די זעלבע צייט קומט די גוטע נייעס אז מען גרייט זיך בעז"ה צו א גרויסע שיינע מעמד חנוכת הבית פונעם נייעם בנין פון קרן הדפסה וואס וועט בעז"ה פארקומען דעם זומער הבעל"ט. פרטים יבואו בעזרת השם יתברך.
 
"אייער עובדא זאל זיין איר זאלט דרוקן די ספרים, ס'זאל זיין 'יפוצו מעינותיך חוצה'" (פון די לעצטע ווערטער פון הייליגן רבי נתן ערב שב"ק עשרה בטבת)