אין די לעצטע טעג איז געעפנט געווארן א פרישע קנעפל אויף דעם באקאנטן קול ברסלב האטליין, פון וואס טויזנטער אידן איבער די וועלט שעפן חיזוק און הדרכה. דער ליין פארמאגט א ברייטע אויסוואל פון פארשידענע דרשות און שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א אויף אלע פרטי החיים, צוזאמען מיט אינטערוויוס מיט אנשי שלומינו און נאך פארשידענע אינפארמאציע, מיט'ן ציל צו ברענגען געשמאקע שיעורים וואס זאל העלפן שטייגן אין עבודת השם.
 
אויפן בקשה פונעם ראש ישיבה שליט"א, האט דער חשובער חבר הנהלה, מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו, זיך אונטערגענומען א הערליכע איניציאטיוו ארויפצוקומען אויפן ליין בעז"ה יעדע וואך. אין זיינע שמועסן, וועלכע ער פירט צוזאמען מיט מו"ה שמעון עוזר גרינפעלד הי"ו, וועט ער בעז"ה דערציילן די נייעס און אפדעיטס פון די ארבעט וואס ווערט געטאן אין שטעטל לטובת הכלל, און האלטן דעם ציבור אינפארמירט מיט וואס עס טוט זיך אונטער די קוליסן אויף זיין געשמאקן שטייגער.
 
דער אפטיילונג "נייעס פון שטעטל" איז תיכף געווארן גאר אויפגעכאפט ביים ציבור, ווי מען קען זען וויפיל מענטשן דרוקן דעם קנעפל זייט וואס עס איז איינגעשטעלט געווארן. אין די קורצע צייט האבן אנשי שלומינו גענאסן פון די פילע באריכטן און אינפארמאציע וואס ווערט דארט אויסגעלופטערט, ווי למשל די אנטוויקלונגען פון דעם נייעם חדר בנין ביים ווינקל פון דענמאן גאס און נאך וויכטיגע נושאים וואס זענען נוגע פאר אנשי שלומינו.
 
איר קענט הערן די שמועסן דורך רופן קול ברסלב 212-444-9191 און דרוקן 1 פאר אידיש, דערנאך 4, און נאכדעם 7.
 
הערט און האט הנאה!