נייע סידי פון ישיבה "איך דארף נישט קיינעם", ערווארטעט גאר בקרוב
טז אדר א' תשפ"ב 📝
מיט יעדן דורכגייענדן טאג, גייט די ארבעט אויפן די צוויי נייע מוזיק אלבום פונעם ראש ישיבה ווייטער, ברוך השם אז נעכטן איז מען ווייטער געגאנגען ווען מען האט פארברענגט א גאנצע טאג אין סטודיא, צוערשט האבן די קווייער געזונגען פילע ניגונים אינעם סטודיא פאר עטליכע שעה, דערנאך איז דער ראש ישיבה אריבער געקומען און געזונגען פילע שטיקלעך וואס עס האט נאך געפעלט פאר נאך עטליכע שעה.
געלויבט דער אייבישטער אז די ארבעט איז ארויסגעקומען הערליך שיין, און יעצט ארבעט מען אויס און מען "מיקסט" און מען באארבעט אלע רעקארדינגס עס אריינצולייגן אויפן ריכטיגן פלאץ און אזוי אויך מאכט מען זיכער אז די שטומעס זאל ארויסקומען שיין און קלאר.
לויט ווי עס זעט יעצט אויס, האפט מען אז דער איין אלבום, (וועט זיין אויף אן ענליכן פארמאט ווי דער געלונגענער סידי "פון יעצט") וואס דער ראש ישיבה האט א נאמען געגעבן "איך דארף נישט קיינעם", וועט שוין ארויסקומען לאור עולם, אויף ראש חודש אדר ב' הבעל"ט.
עקסטער פון דעם ארבעט מען יעצט אויף א צווייטע אלבום, וואס וועט זיין דער פערטער אינעם סעריע פון טאנץ מיט אמונה, אויף וואס עס ווערט יעצט אריינגלייגט אסאך צייט און כח.
די שיינע סידיס פון ישיבה קען מען הערן איינמאל און נאכאמאל אן אויפהער, און יעדעס מאל שפירט מען פון פריש ווי די חיזוק און אמונה פון די הייליגע ניגונים גייען אריין אין זיך און פרישט אויף דעם מענשט, און בלאזט אריין פרישע חיות און כחות ווייטער אנצוגיין מיטן לעבן, און ווידער זיך צוריק קערן צום אייבערשטן.
💿 שיינע סידיס פון ישיבה