עס איז גרויס די פרייד ביי אנשי שלומינו אז אויף דעם קומענדיגן ראש השנה שנת תשע"ט הבא עלינו לטובה, וועט מען זיך שוין אריינציען אינעם נייעם בנין אין אומאן, וואו אנשי שלומינו, תלמידים פונעם ראש ישיבה שליט"א, וועלן זיך האלטן אינאיינעם במשך די טעג פון ראש השנה, צו לערנען און צו דאווענען, צו עסן די סעודות שבת ויום טוב און צו שלאפן, אלעס אויפ'ן זעלבן פלאץ, אביסל ארויסציר פון שטאט, אפגעזונדערט פון די רעש'יגע הויפט גאסן פון אומאן.
פילע כוחות און געלט איז אריינגעלייגט געווארן אינעם בנין אין בלויז די לעצטע יאר צו קענען האלטן וואו מ'האלט שוין יעצט, אז די ערשטע דריי שטאק וועלן שוין זיין פארטיג אויף דעם ראש השנה. די אינטערשטע שטאק וואו עס געפונט זיך די מקוה מיט'ן גרויסן עס זאל, די צווייטע שטאק מיט'ן גרויסן בית המדרש און די חדרי לימוד, און דער דריטער שטאק מיט די שלאף צימערן.
כאטש וואס דער בנין איז נאכנישט פארטיג אינגאנצן, גלייך נאך ראש השנה וועט מען ווייטער אנהויבן בויען און ארויפציען נאך צוויי שטאק מיט נאך פילע שלאף צימערן, וועט מען שוין אבער קענען נוצן דעם בנין היי יאר אויף א קליינעם פארנעם מיט בלויז 130 בעטן. אזוי ווי עס ווערט צוגעשטעלט דאס יאר אזא קליינע צאל בעטן, איז זייער גרויס דער פארלאנג פון אידן וועלכע ווילן מיטהאלטן דעם ראש השנה מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, און דעריבער זענען גאר שנעל אויספארקויפט געווארן אלע בעטן, בלויז עטליכע בעטן זענען נאך פארבליבן, צו באשטעלן קען מען רופן 347-452-0412 וכל הקודם זכה.
דער היכל בית המדרש וועט זיין אפן לתורה ולתפלה פאר יעדן איינעם אין לויף פון די אלע טעג ווען מ'געפונט זיך ביים הייליגן רבינ'ס ציון אויף ראש השנה, דער ראש ישיבה שליט"א וועט דאווענען פאר'ן עמוד די תפלות ראש השנה מיט זיין הארציגע שטימע באגלייט מיט משוררים, די תלמידי הישיבה. ווי אויך וועט מען האבן די זכיה צו הערן דרשות התחזקות והתעוררות במשך דעם יום טוב פונעם ראש ישיבה שליט"א אינעם היכל בית המדרש. צו די סעודות וועלן אבער אריינגעלאזט נאר די וועלכע האבן געקויפט א בעט אינעם בנין.
אין די לעצטע עטליכע יאר פלעגט מען דינגען יעדעס יאר א פלאץ אין אומאן, וואו די תלמידים פונעם ראש ישיבה שליט"א האבן זיך געהאלטן צוזאמען זייענדיג אין אומאן. עס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין גאר שיין אז מ'קען זיך האלטן צוזאמען, מחזק זיין איינער דעם צווייטן, און הערן די דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א אין אומאן.
דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שי"ט) "אני אעשה מכם כיתות כיתות", איך וועל מאכן פון אייך אסאך כיתות, פלעגט מוהרא"ש זי"ע אלץ זאגן אויף דעם אז כאטש וואס דער רבי צעטיילט אונז טאקע אין אסאך כיתות, מיינט דאס אבער נישט אז די כיתות דארפן זיך קריגן צווישן זיך. אלע כיתות שעפן פונעם זעלבן לויטערן קוואל פון הייליגן רבי'ן, און כאטש וואס יעדער מענטש איז אנדערש, יעדער טרעפט זיך זיין כיתה, זיין חבורה, וואס איז אים דאס מערסטע נאנט צום הארץ, וואס קען מער אריינברענגען אין אים די לימודים פון הייליגן רבי'ן און אים דערנענטערן צום אייבערשטן, מיינט דאס נישט אז מען דארף זיך קריגן צווישן זיך, אדרבה מ'דארף מחזק זיין איינער דעם צווייטן, לעבן צוזאמען באהבה ואחוה, און יעדער זאל מקבל זיין תורה פון זיין משפיע וואס רעדט דאס בעסטע צו זיין הארץ.
דאס איז מקוים געווארן מיט'ן פולסטן שיינקייט ביי תלמידי היכל הקודש, כאטש וואס מיר האבן ליידער פארלוירן מוהרא"ש זי"ע, האלטן זיך די תלמידים ווייטער אינאיינעם באהבה ושלום. יעדער פרובירט ווייטער ממשיך זיין צו גיין אין זיינע הייליגע וועגן, צו לערנען זיינע הייליגע ספרים, צו מקיים זיין זיינע הייליגע עצות, וועלכע ווייזן דעם וועג פאר יעדן איד אין יעדן מצב ווי אזוי זיך צו דערנענטערן צום אייבערשטן און אנצוקומען צום תכלית פאר וואס מיר זענען אראפגעקומען אויף דער וועלט. די חשובי תלמידי מוהרא"ש זענען ווייטער ממשיך פארצולערנען די תורות פון הייליגן רבי'ן לויט ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט, און די תלמידי היכל הקודש זענען ווייטער מקבל יעדער איינער פון דעם פלאץ וואס רעדט דאס מערסטע צו זיין הארץ, און אזוי האט יעדער די ריכטיגע מאס התחזקות זיך צו קענען ווייטער שטארקן אין עבודת ה' אויפ'ן רבינ'ס דרך.
אויך אין אומאן וועלן די תלמידי היכל הקודש זיך האלטן צוזאמען יעדער אויף זיין פלאץ וואו ער באקומט חיזוק און התעוררות במשך די גאנצע יאר. די תלמידים פונעם ראש ישיבה שליט"א וועלן מיטהאלטן דעם ראש השנה אינעם בית המדרש פונעם נייעם בנין, ווי אויך וועט זיין נאך א בית המדרש "היכל הקודש" אין אומאן, מער אין צענטער פון שטאט, אנגעפירט דורך הגה"צ ר' יצחק לעזער שליט"א. פאלגט נאך די ווייטערדיגע מעלדונגען איבער אלע צענטערן פון "היכל הקודש" די קומענדיגע יאר אין אומאן.
דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הראש השנה שלי עולה על הכל", ראש השנה ביי מיר איז גרעסער פון אלעס, מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, קיינער טאר נישט פעלן; און דער רבי האט צוגעזאגט זייער גרויסע הבטחות פאר די אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה. ווי פארכטיג איז דער יום טוב ראש השנה ווען מ'שרייבט אפ אין הימל פאר יעדן מענטש אלעס וואס וועט פאסירן צו אים במשך די גאנצע יאר, און דער רבי האט זיך אינטערגענומען אז ער וועט זיין אן אדוואקאט פאר די אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה, ער וועט זיכער מאכן אז מ'וועט אנשרייבן פאר זיי א גוט געבענטשט יאר.
ווען א מענטש הערט אזעלכע געוואלדיגע הבטחות, וויל ער דאך זיכער קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה, און מען זעט טאקע אז יעדעס יאר קומען צו נאך טויזנטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט מיטצוהאלטן דעם רבינ'ס ראש השנה אין אומאן.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן טאקע זוכה זיין צו פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, און פועל'ן אלע גוטע ברכות און ישועות פאר די גאנצע יאר.
 
וכל באי עולם יעברון לפניך כבני מרון!