נייער בנין פון היכל הקודש, צענטער פונקט פאר נייער הערליכער רואיגער אידישע געגענט אין אומאן
יא כסלו תשע"ט 📝
לעצטענס האט זיך אנגעהויבן אנצוזען א גרויסע אינטערעסע ביי אידן צו קויפן שטחים אין די געגענט פונעם נייעם בנין נעבן דעם ראש ישיבה, ווי עס איז נאך דערווייל פארהעלטענסמעסיג ביליג.
דער נייער בנין ווערט געזען צו זיין דער צענטער פון א נייער רואיגער אידישע געגענט פאר די צענדליגע טויזנטער אידן וואס קומען אויף ראש השנה צו וויילן ביים הייליגן רבין.
עס דארף ארויסגעברענגט ווערן אן אינטערעסאנטע פאקט וואס איז לעצטענס באריכטעט געווארן אין די פרעסע, אז א לאט אין אומאן נעבן דעם ציון הק' איז די טייערסטע צו קויפן פון גאנץ אוקריינע, אריינגערעכט דעם הויפט שטאט קיעוו.
"הָראשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכּל" (חיי מוהר"ן סימן ת"ג)