אין א פארזוך צו העלפן משפחות וואס קענען נוצן אביסל הילף, און פארמינערן די שעדליכע פאלגן פון לעבן אין חובות האבן עטליכע משפחות אין שטעטל געגרינדעט א השבת אבידה שטיבל. דער געדאנק איז געקומען פון א דרשה פונעם ראש ישיבה שליט"א אין ירושלים עיה"ק.
 
אינעם דרשה האט דער ראש ישיבה שליט"א דערציילט איבער א אינגערמאן אין ארץ ישראל וואס אנשטאט צו בארגן און זיך מאכן חובות, פלעגט ער אהיים נעמען די איבערגעליבענע חלה פון שלש סעודות פון בית המדרש, וואס דאס האט מען געגעסן ביי אים א גאנצע וואך. אזוי אויך פלעגט ער נעמען פונעם שמש די וועש וואס פלעגט איבער געלאזט ווערן אין מקוה עס צו נוצן ביי זיך אינדערהיים, אנשטאט צו קויפן פרישע דורך בארגן און נישט באצאלן.
 
די מעשה האט געמאכט דעם ראש ישיבה טראכטן אז אפשר וואלט מען עס געקענט נאכמאכן דא, עס איז אזא שאד ווי אזויפיל טייערע העמעדער און וועש גייען אין מיסט יעדע וואך. דער ראש ישיבה האט געבעטן אויב עס איז דא א משפחה וואס איז גרייט צו נעמען אויף זיך די גרויסע מצוה. משפחת שטראסער האט זיך דאן אונטער גענומען אהיים צו נעמען די וועש, עס שיין אויסוואשן, און עס דערנאך ארויסלייגן אז ווער עס דארף עס זאל עס קענען נעמען.
 
שפעטער האט משפחת טייטלבוים איבערגענומען דעם פראיעקט, זיי האבן אנגהויבן צוזאם צו נעמען די איבערגעבליבענע וועש, און אלע מיט א נאמען געבן זיי צוריק צו זייערע אייגענטומער, און אלע אנדערע וואשן זיי שיין אויס, און לייגן עס ארויס אינעם השבת אבידה שטיבל, און יעדע שטיק צייט וועט מען מאכן אן אויספארקויפן און יעדער וואס וויל וועט קענען קומען קויפן.
 
יעצט, איז שוין די השבת אבידה שטיבל אפן, מען נעמט שוין אן אלע זאכן וואס ווערן געטראפן, די וואוילע משפחות וואס שטייען אונטער דעם פראיעקט האפן, אז משפחות וואס ווילן זיך שפארן געלט, כדי נישט אריינצופאלן אין חובות וועלן קענען האבן דערפון א שטארקע נוצן.
 
אויב איר טרעפט סיי וועלכע פארלוירענע חפץ, קען מען עס אריינברענגען צום השבת אבידה שטיבל און מקיים זיין די גרויסע מצוה פון די תורה פון השבת אבידה, פאר סיי וועלכע פראגע איבערן השבת הבדיה שטיבל, אדער אויב איר ווילט ארויסהעלפן מיטן פראיעקט קען מען רופן אויף 845-243-0604. די אדרעס וואו מען קען אריינטראגן די חפצים איז אויף 121 טווין ברידזש רד. ליבערטי.
 
דער השבת אבידה שטיבל איז א פרישע רינגל אינעם גרויסן קייט פון חסד און אחדות וואס קומט פאר אינעם שטעטל, ווי מען שטרעבט און מען שעפט חיות פון העלפן א איד אויף סיי וועלכע אויפן.
 
התורה חסה על מממונם של ישראל