נייער ישוב, "לעיקפראנט עסטעיטס", ווערט געגרינדעט אין אוקיטשאובי, פלארידא.
כז תשרי תשפ"ז 📝
פון: גרשון קרעמער
אין א היסטארישע אנטוויקלונג עפענט זיך די טעג אין פלארידא א נייער היימישער ישוב מיט'ן נאמען "לעיקפראנט עסטעיטס", און ווי מען הערט האבן שוין די ערשטע צענדליגער משפחות אנגעהויבן אריינצוציען אהין.
דער פראיעקט געפינט זיך אין גלעידס קאונטי, נעבן דער שטאט אוקיטשאובי, ממש ביים ברעג פונעם באקאנטן "אוקיטשאובי לעיק". עס האנדלט זיך דא פון א ריזיגן שטח פון בערך 550 אקער לאנד. לויט די פלענער וועט דער ישוב קענען אקאמאדירן ביז טויזנט הייזער, און די פלענער רעכענען שוין אריין אלע געברויכן פארן ציבור, ווי א בית המדרש, א מקוה, מוסדות פאר די קינדער און לאקאלע געשעפטן.
אבער די נייעס איבער אוקיטשאובי איז בלויז איין טייל פון א פיל גרעסער בילד. אין די לעצטע יארן הערט מען כסדר פון נאך א פרישע געגנט, נאך א נייע דעוועלאפמענט, און נאך א פלאץ וואו היימישע משפחות זוכן זיך צו באזעצן.
דאס אלעס פאסירט ווייל ברוך השם, מיר לעבן אויפ'ן דרך התורה מיט שיינע גרויסע משפחות און פילע קינדער בלי עין הרע; מען מאכט חתונה די קינדער, דער עולם וואקסט ווי אויף הייוון, און די עקזיסטירנדע ישובים קענען עס שוין מער נישט דערהייבן.
און וויבאלד דער פארלאנג נאך הייזער וואקסט כסדר, ווערן די פרייזן פון די דירות אויך אלס העכער און העכער, ביז עס קומט צו א מצב אז זייער פילע אידן אין די גרויסע שטעט קענען מער נישט באצאלן די הויכע פרייזן. די פרייזן זענען פשוט פיל מער ווי זיי קענען זיך ערלויבן.
דאס האט גורם געווען אז אין די לעצטיגע יארן האבן זיך געעפנט אסאך נייע ישובים, אנגעהויבן פון אונטן אין ניו דזשערסי ביז ארויף אין די קעטסקילס בערג. אין ניו דזשערסי וואקסן די היימישע געגנטער ארום לעיקוואוד מיט ריזיגע נומערן, ווי למשל דזשעקסאן און טאמס ריווער; דערנאך זענען דא די פילע נייע ישובים ארום ניו יארק סיטי, ווי לינדען, סטעטן איילענד און דזשערסי סיטי. פון דארט גייען מיר ווייטער צום האדסאן וועלי, וואו די ישובים ווי מאנסי און קרית יואל האבן זיך אויסגעשפרייט אויף ריזיגע שטחים ארום און ארום. דאס איז אויסער די נייע ישובים וואס זענען געגרינדעט געווארן אין די לעצטע יארן אין די קעטסקילס געגנט, ווי בלומינגבערג, מאנטיסעלא און קרית סקווירא.
און איבער אלעם, דאס נייע שיינע שטעטל "קרית ברסלב", וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געגרינדעט מיט עטליכע יאר צוריק אין ליבערטי, וואו עס וואוינען שוין איבער צוויי הונדערט משפחות מאנשי שלומינו וואס לעבן מיט'ן אויבערשטן און זענען זיך מתענג על ה'. מען לעבט דארט אינעם שויס פון די נאטור מיט א געוואלדיגע הרחבת הדעת, מען זעט נישט קיין קיין שום ראיות אסורות א גאנץ קיילעכיגן יאר, און בפרט אז מען קען דארט כסדר ארויסגיין אויף א שפאציר מיט'ן אויבערשטן און זיך דורכשמועסן מיט אים עטליכע מינוט יעדן טאג; מען לעבט דארט ממש ווי אין גן עדן אויף דער וועלט.
אזוי אויך האבן זיך לעצטנס געעפנט פרישע ישובים אין ווייטערע סטעיטס, ווי למשל אינדיאנא און אריזאנע. יעצט איז געקומען די רייע אויף פלארידע, וואו עס האט זיך געגרינדעט א היימישער ישוב ממש פון דאס ניי: מען האט גענומען א ליידיגן שטח און אויפגעבויט הונדערטער דירות מיט אלע קהילה'דיגע געברויכן, ווי א בית המדרש, מקוה, חדר, ישיבה, סקול און געשעפטן. דער נייער ישוב האט זיך נארוואס געעפנט, און אין די לעצטע וואכן האבן זיך שוין אריינגעצויגן די ערשטע צענדליגער משפחות בשעה טובה ומצלחת.
הגם מ'קען נישט זאגן פאר א מענטש וואו ער זאל וואוינען, איז אבער זיכער נישט כדאי צו וואוינען אין די גרויסע שטעט. די שטאטישע איינוואוינער לויפן דאך אוועק יעדן זומער אין די בערג כדי זיך צו היטן פון די שווערע נסיונות פון שמירת עינים, און מ'איז זיך דארט מחי' פאר צוויי חדשים; אבער וואס טוט זיך מיט די איבעריגע חדשים פונעם יאר?
א מענטש וועט פרעגן א שאלה: וואו זאל מען טאקע גיין? דאס דארף יעדער פאר זיך מאכן אן אמת'ן חשבון הנפש. אז מ'הייבט אן זוכן א נייע פלאץ זיך ארויסצוציען, איז דען די ערשטע זאך אויף וואס מ'דארף קוקן דער פרייז אדער דער וועטער? דער ראש ישיבה שליט"א זאגט, אז די ערשטע און וויכטיגסטע זאך כדי א ישוב זאל האבן הצלחה, זענען די מוסדות. א מענטש דארף זיך אליין פרעגן: וועל איך דארט האבן ערליכע חברים? וועט דארט זיין אן ערליכער רב, א דיין, א מורה דרך, און ערליכע מוסדות פאר מיינע קינדער? וועט מען דא קענען ווייטער ממשיך זיין אויפצושטעלן ערליכע אידישע דורות על דרך ישראל סבא, לויט די הייליגע מסורה וואס מיר האבן מקבל געווען פון אונזערע עלטערן? וואס וועט מיר העלפן א שיין הויז אדער א געשמאקער וועטער, אויב די קינדער וועלן חלילה נאר שטרעבן צו כבוד און געלט?
זאל דער אויבערשטער העלפן אז אלע ישובים זאלן מצליח זיין, און אידישע קינדער זאלן דארט האבן א געשמאק לעבן ברוחניות ובגשמיות און קענען אויפציען זייערע קינדער על דרך התורה והיראה, און מיר זאלן שוין זוכה זיין מיטצונעמען די אלע שטובער קיין ירושלים בקרוב אינאיינעם מיט משיח צדקינו.
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.