א פרישע ווינט פון לימוד התורה שפירט זיך אין שטעטל. יעדן אינדערפרי, איידער דער טאג הייבט זיך אן , טוט זיך א געפילדער אין בית המדרש. פילע יונגעלייט, בחורים, און אפילו קינדער קומען און זעצן זיך לערנען – יעדער אויף זיין אייגענעם וועג, טייל לערנען מיט א חברותא, אנדערע לערנען פאר זיך; מען זעט אינגעלייט לערנען חומש רש"י, אנדערע לערנען משניות אדער גמרא, שלחן ערוך אדער חסידישע ספרים – יעדער לערנט וואס עס רעדט צו זיין הארץ.
 
דער געוואליגער סוקסעס האט זיך ב"ה אנטוויקעלט מיט די חיזוק און באגלייטונג פונעם ראש ישיבה שליט"א וועלכער האט פארגאנענעם שבת קודש באזוכענדיג אין שטעטל, שטארק אנגעווארימט דעם ציבור און געזאגט אז ער וויל זייער זען דעם בית המדרש פול יעדן אינדערפרי מיט לומדים. צווישן זיינע ווערטער האט ער אריסגעברענגט די גרויסקייט פון לערנען תורה אין די פריע שעה'ן פון טאג – ווען די וועלט איז נאך שטיל און דער מח איז קלאר – און אויפגעפאדערט דעם ציבור צו גיין שלאפן אין צייט, אויפשטיין פרי, און אוועקגעבן די ערשטע שעה פונעם טאג פאר׳ן אויבערשטן און פאר די תורה.
 
אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעברענגט אז נאר מיט משניות קען מען זיך פאררופן א תלמיד פון היכל הקודש. "זאגן אצן פרקים משניות יעדן טאג," האט דער ראש ישיבה געזאגט, איז מחזק א מענטש, און דערהאלט אים אין יעדע מצב." אפילו די וואס זענען פארנומען מיט עסקנות און צרכי ציבור קענען נישט דורכלאזן א טאג אן לערנען האט דער ראש ישיבה געזאגט, און אז יעדע ברסלב'ע חסיד מוז שטענדיג האבן מיט זיך א קליינע משניות, און אריינכאפן נאך א פרק ווען נאר מעגליך.
 
דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א איבערגעגעבן זיין פלאן מען זאל ווידער עפענען דעם כולל בוקר אין שטעל, אזוי ווי עס געווען אין די ערשטע יארן פונעם שטעטל, ווען דער בית המדרש איז נאך געווען ביי הר"ר אברהם משה אין שטוב. וואס דעמאלטס איז טאקע נאך געווען א קליינע בית המדרש, אבער עס איז געווען פיל יעדן טאג פון זעקס ביז זיבן אזייגער מיט אינגעלייט וואס זענען געזיצן און געלערנט פאר'ן א שעה דאווענען.
 
אין א בריוו די וואך צום איבערגעגעבענעם גבאי, הר"ר אברהם הערש וועבערמאן, האט דער ראש ישיבה שליט"א אויסגעדרוקט ווי שטארק דערהויבן דער חודש תשרי איז אריבערגעגאנען אויף אים אין שטעטל, און האט אים מחזק געווען צו באנייען דעם כולל בוקר.
 
געלויבט דעם אויבעשטן, דער חלום פון ראש ישיבה איז צושטאנד געקומען, יעדן אינדערפרי ווערט דער בית המדרש ליכטיג – א הערליכע קול תורה פילט אן די לופט, די טישן און בענק זענען פול, און די צופרידענע פרייליכע פנימ'ער זענען עדות אויף די געוואלידע תועלת דערפון. מען שפירט די זיסקייט פון די תורה, וואס נאר דאס קען געבן פאר א מענטש דעם סיפוק און צופרידנקייט וואס יעדער זוכט.
 
שבתי בבית ה' כל ימי חיי, לחזות בנועם ה' ולבקר בהיכלו