מיט גרויס פרייד ווילן מיר מעלדן אז דער ספר "אשר היה אל יואל" אויף דברים תשפ"ג איז שוין ערשינען. דער ספר, א ליכטיגער אוצר געזאגט געווארן דורכן ראש ישיבה שליט"א, איז א געוואלדיגע מתנה פאר יעדן איד וואס זוכט התחזקות און הדרכה אויף זיין וועג צו ווערן אן ערליכער איד און ווערן נענטער צום אויבערשטן.
 
דער ספר "אשר היה אל יואל" באשטייט פון די די דברות קודש וואס דער ראש ישיבה שליט"א לאזט הערן וועכענטליך שבת קודש, קלאר און הערליך אראפגעשריבן. אנשי שלומינו פון איבער די גאנצע וועלט וועלכע האבן נישט די זכיה צו הערן די שיינע געשמאקע ווערטער פון ראש ישיבה שליט"א אום שבת קודש ערשט האנטיג, האבן יעצט די געלעגענהייט צו לערנען די הייליגע ווערטער פונעם ספר.
 
די ווערטער פון ראש ישיבה שליט"א וואשט אויס אידישע קינדער צום אויבערשטן, מען באשלאסן אז איך הייב אן פון פריש, זאל זיין וואס זאל זיין, דער אויבערשטער האט מיר ליב, און ווארט אויף מיר ווי א טאטע צו זיינע פארלוירענע קינדער. די תורות פון ראש ישיבה צייכענען זיך אויס מיט עצות און חיזוק אויף למעשה, זאכן וואס מען קען תיכף אפלייען צום טאג טעגליכן לעבן, און מיט דעם ווערן נאנטערן צום אויבערשטן. ווי באקאנט איז געווען דעם רבינ'ס סדר ביי די הייליגע תורות און שמועסן, אז ווען דער רבי רעדט פון א פראבלעם, וועט ער אלץ זאגן די עצה וואס מען קען טון דערצו, און די ראש ישיבה שליט"א לערט אלץ פאר ביי שלש סעודות א תורה אדער א שיחה פון הייליגן רבי'ן און ווייזט אן וויאוזי מען קען ארויסנעמען דערפון עצות צו עבודת ה'.
 
דער ספר איז ארויסגעגעבן געווארן דורכן קרן הדפסה, וועלכע האט אריינגעלייגט גרויסע כחות אז דער ספר זאל ארויסקומען שיין און בא'טעמ'ט, און ברוך השם מען קען מעלדן די גוטע נייעס אז דער ספר איז שוין דא צו קויפן אויפן ברסלב סענטער וועבסייט.
 
קויפט דעם ספר אשר היה אל יואל פאר בלויז $9.99
 
דבר ה' אשר היה אל יואל