נייער ספר "ותחיין את הילדים" חלק א', גייט שוין אט צום דרוק
![](https://breslev-center-live.us-east-1.linodeobjects.com/post_images/January2025/34148/%D7%95%D7%97%D7%AA%D7%99%D7%99%D7%A0%D7%94-%D7%90%D7%AA-%D7%94%D7%99%D7%9C%D7%93%D7%99%D7%9D-%D7%97%D7%9C%D7%A7-%D7%90-B.png)
כז טבת תשפ"ה 📝
עס ערשט א גרויסע שמחה ביי אנשי שלומינו, ווען אין די נאנטע טעג גייט מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף אריינגיין צום דרוק, דער פרישער ספר פונעם ראש ישיבה וואס וועט טראגן דעם נאמען "ותחיין את הילדים."
נאכדעם וואס דער בארימטער "קרן הדפסה היכל הקודש" האט אין די לעצטע חדשים אריינגעלייגט גאר אסאך כחות צייט און געלט, מיט'ן צוזאם נעמען, איבערשרייבן, מגיה זיין, און אויסשטעלן די צענדליגע שיעורים פון חינוך פונעם ראש ישיבה שליט"א, האלט מען שוין ביי דעם לעצטן שטאפל אינעם לאנגען וועג, און מען האפט אז אין די קומענדיגע עטליכע וואכן וועט דער ערשטער שיפמענט פונעם ספר שוין קענען באלייכטן די וועלט מיט זיינע זיסע, פראקטישע און תורה'דיגע הדרכות און עצות אין חינוך, און "אויפלעבן די קינדער" דורכן לויטערן קוואל וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט איבער וואס ער האט געלערענט ביי מוהרא"ש זי"ע.
די שיעורים אין חינוך פונעם ראש ישיבה שליט"א זענען שוין ביז יעצט גאר גוט באקאנט, סיי פון רעקארדירטע שיעורים אויפ'ן וועבסייט און אויף די קול ברסלב ליין, און אזוי אויך פון די גליונות "שיעורי חינוך" וואס ווערט פארשפרייט וועכענטליך פון וואס טויזנטער אידן זענען זיך שוין ביז יעצט מחי', און לעבט אויף אידישע שטובער, און באלייכט זיי דעם וועג, וויאזוי צו קענען ערציען דעם קומענדיגן דור זיי זאלן ווייטער ציען דעם גאלדענעם קייט וואס מיר האבן במסורה פון משה רבינו, טראץ די פילע שוועריקייטן און נסיונות ברוחניות ובגשמיות וואס פלאגט דעם היינטיגן דור.
אינעם ספר האט דער "קרן הדפסה" אינוועסירט צענדליגע טויזנטער דאלער און אויפגענומען שרייבער און מגיהים, יראי השם פון אנשי שלומינו, וואס האבן אוועקגעגעבן זייער הארץ און נשמה. און ברוך השם זיי האבן מצליח געווען און מיט גרויס סייעתא דשמיא איז ארויסגעקומען א ספר העכער ערווארטונגען, א הערליכע געשמאקע ספר וואס ליינט זיך פליסיג כשלחן הערוך ומוכן לאכול, און עס ברענגט ארויס קלאר די עצות און חיזוק וואס איז גרייט מען זאל דאס אימפלימענטירן טאג טעגליך הלכה למעשה.
מען האט געלייגט א שטארקע דגוש אז דער ספר זאל זיין גרינג צו ליינען, און פארמאגן א קלארע און געשמאקע לשון, כדי אז דער ספר זאל ברענגען דעם ריכטיגן תועלת, און ליינער זאלן קענען ארויסנעמען די אלע שיינע זאכן וואס דער ראש ישיבה שליט"א ברענגט ארויס אין די שיעורים, אויף הלכה למעשה.
דער זכות מהדורה איז אפגעקויפט געווארן דרוכ'ן גבאי פון מוסדות היכל הקודש בארץ ישראל לצדקת רבי מאיר בעל הנס הר"ר אהרן וועבערמאן שליט"א לעילו נשמת זיין אומפארגעסליכן שווער הרה"ח ר' מנחם מענדל בן הר"ר יושע ווייס ז"ל, און וועט טראגן דעם נאמען "מהדורת וועבערמאן." יהא זכרו ברוך.
אנשי שלומינו האבן נאך געציילטע טעג צו קענען אינוועסטירן און ארויסנעמען דערפון רווחים נצחיים דורכן אייקויפן זכותים אינעם ספר וואס אנטשפרעכט צו ראטעווען דורות, און אוועקשטעלן אידישע שטובער אויף שטארקע און קראנטע יסודות. די פרייז פון א זכות אינעם ספר איז בלויז $500.
רופט שוין דעם גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו זיך אנצושליסן אינעם פראיעקט מען זאל קענען ארויסגעבן בקרוב דעם ספר וואס וועט באלייכטן די וועלט 347-578-4449.