א נייער פאליציי קאמאנדיר באשטימט אין די אומאן געגענט
ג טבת תשפ"ב 📝
אין די לעצטע טעג איז מר. אלעקסאנדער גאנדיוו געשטעלט געווארן צו דינען אלץ נייער פאליציי קאמאנדיר אינעם פאליציי אפטיילונג וואס דעקט די גאנצע געגענט פון שטאט אומאן און ארום. דער פרישער באשטעטיגונג קומט נאדעם וואס דער פאליציי אמט איז דורך פארשידענע קאנטראווערסיעס, וואס האט זיך געענדיגט מיטן פלוצלימדיגן פארשיקונג פונעם פריערדיגן קאמאנדיר מר. מאטוויטשוק וואדים וואלידמיראוויטש, טראצדעם וואס די סיבה פאר זיין אפזאגונג איז ביז יעצט נאכנישט פארעפעטליכט געווארן, קומט אריין פארשידענע באריכטן אז דאס קומט צוליב זיין פארבינדונג מיט פילע קארופציע סקאנדאלן, אין וואס לכל הפחות עטליכע פעלער איז דא שטארקע באווייזן אז ער איז געווען פארמישט דערין.
מיר אלע תלמידי וחסידי ברסלב זענען מתפלל בשלומה של מלכות, און האפן אז די מצב אין אומאן זאל זיך פירן על מי מניחות, און מיר זאלן קענען פארן און קומען צום ציון פון הייליגן רבין בכל עת מצוא, און זיך אויסבעטן אלעס גוטס ביים הייליגן באשעפער.