נאכדעם וואס דער פריערדיגער ספיקער איז ארויסגעווארפן געווארן פון אמט נאר צוליב זיין באשטעטיגונג פאר פאנדן די רעגירונג אויף ביז נאוועמבער 18 למספרם אן קיין טוישונגען וואס פאלט אויס אין בלויז דריי טעג, האט דער יעצטיגער ספיקער דזשאנסאן דעם זעלבן פראבלעם, מען שטייט בלויז אביסל מער פון א חודש דערויף און ער דארף דורכגיין דעם זעלבן פארהער.
 
דזשאנסאן זאגט אז ער וועט דורכפירן דעם נייעם ספענדינג ביל צוטיילט אין עטליכע שטאפלען, באזונדער דאמעסטיק שפענדינג, און באזונדער מיליטערישע הילף פאר אנדערע לענדער, און באזונדער פאר סעקיוריטי געלטער. ביידע בילס וועלן זיין אזוי די פריערדיגע בלויז קורץ טערמיניג אבער די פאנדן פארן דאמעסטיק ביל וועלן אפלויפן מיט א חודש פריער פון די סעקיוריטי ביל. 
 
דער קאנגרעס ספיקער דזשאנסאן ארבעט שווער צו צוזאם ברענגען זיינע רעפאבליקאנער קאלעגעס און אין די זעלבע צייט נישט אויפצורעגן די דעמאקראטן צו וועם ער דארף אויך צוקומען צוליב וואס ער האפט אז אויך עטליכע פון זיי וועלן מיטשטימען דערויף אנשטאט די עטליכע שארף רעכטע וואס וועלן נישט זיין צופרידן דערפון, צוליב וואס עס שניידט נישט דעם בודזשעט דעפעציט.
 
יעצט איז נאר געבליבן צו זען צו פארן ספיקער וועט געלונגען דאס וואס עס איז נישט געלונגען פאר די פריערדיגע ספיקער ווען ער האט אויפגערעגט טייל פון זיין באזע ווייל ער איז געווען צו נאכגעביג פאר די דעמאקראטן. ער טרעפט זיך דא אינעם זעלבן האקעלן פלאנטער וואס מעקארטי האט זיך געפונען נישט לאנג צוריק, ווען פון איין זייט דארף ער טרעפן א וועג צו קענען פאנדן די רעגירונג און צו דעם מוז ער צוקומען צו די דעמאקראטן, און אין די זעלבע צייט וועט ער אויסשטיין א מעגליכע נקמה פון זיינע שטארק רעכטע קאנגרעסלייט, און וועט זיך טרעפן אינדרויסן פון זיין פאזיציע אין עטליכע טעג אינאיינעם מיט זיין פארגייער.
 
די אפשטימונג פאר דעם ביל דארף פארקומען אין די יעצטיגע שעות, און אויב פאלט עס דורך, קען עס צוברענגען א "גאווערמענט שאט דאון" דאס מיינט אז די רעגירונג האט נישט קיין געלט אויסצוגעבן, און פילע דעפארטמענטס ווערן צוגעשפארט, און הונדערטער טויזנטער ארבייטער ווערן געזאגט אהיים צו גיין. די נויטיגע אפטיילונגען פון די רעגירונג בלייבן אפן, צום ביישפיל די מיליטער, עף בי איי, און אנדערע סעקיורטי אגענטורן, אבער די אנדערע דעפארטמענטס ווי די עדיוקעישאן דעפארטמענט, די ענווייראמענטל פראטעקשאן אגענטור, און די שטייער איינמאנען אגעטור די "איי אר עס" ווערן נישט פאררעכענט אלץ קריטיש וויכטיג און ווערן אין אזא פאל צייטווייליג פארשפארט.
 
בלייבט אונז נאר איבער צו זען צי די פאליטיקאנטן וועלן זיך קענען דורכקומען און טרעפן א פשרה איינע מיטן צווייטן. אונז אידישע קינדער מאמינים בני מאמינים באזארגט עס בכלל נישט, מיר ווייסן אז יעדע פעני איז אנגעשריבן פון אויבערשטן, און מיר קענען בלויז אננעמען א מוסר השכל פון די פאליטיקאנטן וואס זענען דא בלויז פאר זייער בענקל, און עס אינטערעסירט זיי בכלל נישט צו טון וואס איז פאר די טובה פונעם כלל. יעדע סטעיטמענט וואס זיי זאגן, און יעדע מאל זיי שטימען אהער אדער אהין, איז עס בלויז ווייל זיי ווילן מען זאל זיי אנקוקן אזוי אדער אזוי. אונז וועלן זיך שטארק מיט תורה ומצוות, אמונה און יראת שמים, זוכן צו געפעלן נאר פארן אויבערשטן, און מיר וועלן זיך שטארקן צו טון נאר זיין רצון, און וואס מענטשן זאגן וועט אונז בכלל נישט אינטערעסירן. ווייל דער אמת איז אז די מענטשן וואס קוקן שלעכט, וועלן סיי ווי רעדן שלעכט, נישט קיין חילוק וואס מיר וועלן נאר טון.
 
דער ראש ישיבה שליט"א האט אמאל אהיים שפאצירט אין וויליאסמבורג פון בית המדרש אין א שבת צופרי נאכן דאווענען מיט הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א גבאי ביהמ"ד היכל הקודש פרעמישלאן, ווען אינמיטן האט דער ראש ישיבה שליט"א באגעגענט זיינס אן אלטער באקאנטער, מען האט זיך באגירסט גוט שבת, און דער איד פרעגט דעם ראש ישיבה "ווי האט איר די כחות צו לאכן פון די גאנצע וועלט? וויאזוי קענט איר אנגרייט מיט אזא שטארקייט, כאטש די וועלט שפעט פון היכל הקודש?", דער ראש ישיבה האט געשמייכעלט צו יענעם און געזאגט "יא, יא", און מען איז געגאנגען ווייטער, נאכדעם האט זיך דער ראש ישיבה אנגערפון, "איך האב אים נישט געענטפערט ווייל עס איז א שאד די צייט, אבער איך פארשטיי אז עס איז שווער צו לאכן פון די וועלט, אבער איך פארשטיי נישט פון וואו דער איד נעמט די כחות צו באדינען די וועלט, א זאך וואס איז אוממעגליך צו טון".
 
די וועלט איז נישט און מען קען עס נישט האבן, יענע וועלט איז יא און מען קען עס דערגרייכן (מוהרנ"ת)