נייער קליפ: א חתונה אומזיסט
ח שבט תשע"ט 📝
די פרייליכע חתונה וואס איז אפגעראכטן געווארן פאר צוויי וואכט צוריק, דער פערטער חתונה אין צאל צו ווערן געפראוועט אין ישיבה גענצליך בחנם פאר אלע מחותנים, האט איבערגעלאזט שאק כוואליעס אין די גאנצע חרדישע וועלט.
בפרט יעצט ווען עס האט אנגעהויבן ארום פארן דער נייער קליפ "א חתונה אומזיסט", די פאכמאנישע ארבעט פונעם מומחה "שרוליק סאמעט", ווי מען זעט קורצע אויסצוגן פון די חתונה, די ווארימע חופה, די פרייליכע טענץ, און די אויסטערלישע פרייליכע אטמאספערע ביי די חתונה.
מענטשן ציפן זיך די באקן "בין איך וואך, אדער איך חלום?", אידן ווייסן נישט צו זיי זאלן וויינען צו לאכן. "פארוואס דען טראג איך אויף מיינע פלייצעס צענדליגע טויזנטער דאלאר חובות, איך האב נישט קיין טאג און קיין נאכט, אויב נישט ווייל נאר אזוי האב איך געקענט מאכן א נארמאלע חתונה?" וויינען געוועזענע מחותנים.
ביי אנדערע האט זיך אנגעצינדן א שטראל פון האפענונג "יעצט קען איך שוין אנהייבן אויסהערן שידוכים פאר מיינע קינדער, עס איז שוין בכלל נישט קיין צרה זיי חתונה צו מאכן. קוק ווי שיין א חתונה אומזיסט קוקט אויס" טראכטן זיי.
דער קליפ "א חתונה אומזיסט"