ניסי נסים: צדקה ראטעוועט די מפיצים פון אראבישע לינטש ר"ל
ד אלול תשפ"א 📝
קרעדיט: מו"ה יושע העשיל דובדבני הי"ו
דער פאלגענדע סיפור וואס האט פאסירט פאריגע וואך האט אויפגעטרייסעלט גאנץ ארץ ישראל
שפעט אינמיטן די נאכט, דער מפיץ הרב בעריש קרויס הי"ו, פון די מתפללים קביעים אין ביהמ"ד היכל הקודש ירושלים, לאזט זיך ארויס אויף א נסיעה צו די קברי צדיקים אין צפון ארץ ישראל, מיטנעמענדיג מיט זיך א גרופע טייערע בחורים, כדרכו בקודש האט ער מזכה געווען אלע מיטרייזענדע אריינצולייגן עטליכע פרוטות פאר צדקה אינעם פושקע פונעם מרכז הפצה וואס ליגט אלץ אין זיין קאר, און שטילערהייט מתפלל געווען אז אין זכות פון צדקה זאל מען גיין און קומען געזונטערהייט.
נישט חלומענדיג אין וואס פארא דראמאטישע פאסירונג זיי וועלן באלד אריינפאלן, זענען זיי צום ערשט צוגעפארן צום ציון פון רבי יושע דסכנין, וואס געפינט זיך אין א געפארפולע אראביש דערפל. אבער צוליב דער שפעטע נאכט שעה, האבן זיי נישט קיין סאך געקווענקעלט אריינצוגיין.
ווען זיי זענען אנגעקומען צום פארלאזטן דערפל, האבן זיי באגעגענט א גרופע אראבער - וועם זיי האבן געפרעגט דירעקציעס וואו מען פארט צום ציון. דערנאך האבן זיי געזען די גרופע אראבער גייען זיך אוועק צו א געוויסע הויז.
די מפיצים זענען אנגעקומען צום ציון און זיך געשטעלט מתפלל זיין, ארויסקומענדיג דערזעען זיי פאר זיך די זעלבע גרופע אראבער, וואס האבן זיי יעצט צוגעוויזן צו פארן צו א געסל ווי מען פארט כלומר'שט ארויס פון דערפל.
ר' בעריש האט געזאגט דעם עולם זאל זיך גלייך אריינזעצן אינעם קאר, ווען פלוצלינג זענען אנגקומען נאך און נאך אראבער מיט גרויסע שטעקענעס אין די הענט און רינגלען ארום דעם קאר, און זיי האבן אנגעהויבן האקן און זעצן אויפן קאר, זיי האבן צוהאקט די פענסטער, און האב נישט אויפגעהערט צו האקן און שרייען אן רחמנות מיט קולי קולות.
דער דרייווער צוזענדיג דעם מצב האט גלייך פארשטאנען אז אויב ער טוט נישט עפעס דראסטיש תיכף, קען עס צוקומען צו סכנת נפשות, און זעענדיג אז ער איז געבלאקט פון פארן, האט ער אנגעשטעלט דעם קאר צו "ריווערס" אראפגעדוקט דעם געז פעדל ביז אונטן, און אנגעהויבן צו בעקן אינעם פארקערטן דירעקציע - אריינהאקענדיג עטליכע מאל אין געפארקטע קארס, און אפגעצויגן פון דארף. געלויבט דעם אייבערשטן אז די אראבער וואס האבן אנגעהויבן נאכלויפן דעם קאר האבן זיי נישט געקענט דערגרייכן, און מיט גרויסע נסים זענען אלע ארויס אן קיין שום קריץ.
"אלעס אין זכות פון הפצה. איך פאר קיינמאל נישט ארויס אן דעם וואס אלע רייזענדע לייגן אריין א פרוטה אין פושקע פון מרכז הפצה", "מיר האבן אלע געהאט די קמיע פון מוהרא"ש, און מיר האבן נישט אויפגעהערט מתפלל זיין צום אייבערשטן אז מיר זאלן ארויסגיין בשלום.
א שיינע הפצה צימער אין ביהמ"ד היכל הקודש ירושלים - חנוכת הבית בקרוב בעז"ה
אין אנדערע נייעס פון הפצה אין ירושלים האט מען אין ליכט פונעם גרויסן פארלאנג און אויף די אנווייזונגען פונעם ראש ישיבה שליט"א, געמאכט גרויסע רענאווציעס אינעם גרויסן בית המדרש היכל הקודש ירושלים. דער גרויסער צימער וואס האט ביז יעצט געדינט אלץ ווייבער שול, וועט פון היינט דינען אלץ הפצה צימער, וואס דארט וועט מען פארקויפן די פילע הונדערטע ספרים און קונטרסים. און דער קליינע צימער דערנעבן וועט דינען אלץ א סטארעדזש פאר די פילע ספרים אין סטאק.
מרכז הפצה איז שטארק דאנקבאר פארן איבערגעגעבענעם גבאי מו"ה יצחק פאפענהיים הי"ו פארן זיין גרויסע הילף מיטן פראיעקט. דער אייבישטער זאל אים באצאלן מיט אלעס גוטס.
📚 היינט ערשינען! לוח ברסלב תשפ"א אידיש
📸 דער נייער הפצה צימער אין ירושלים