נסיעה טרעוול נעמט שוין אן פעימענטס פאר אומאן ראש השנה
א שבט תשפ"ה 📝
אנשי שלומינו ווייסן אז ר"ח שבט איז בכלל נישט פרי צו רעדן פון אומאן, ביי ברסלב'ע חסידים גייט דאס ווארט אז "שבט" איז ראשי תיבות "שוין בוקן טיקעטס"... ווען מיר קומען אן צום הייליגן רבינ'ס ציון אויף ראש השנה, די ערשטע זאך נאכן דאנקען דעם אויבערשטן אז מען ווייסט פון הייליגן רבין, מען קריגט נישט אויף אים, מען דאנקט אים אויף די גרויסע זכי' אז מען איז אנגעקומען, בעט מען שוין אויפן קומענדיגן יאר, אז מען זאל זוכה זיין ווייטער צו קענען קומען צו אים אויף ראש השנה ווי ער האט געבעטן און געמאנט.
קלוגע אידן ווארטן נישט ביז די לעצטע מינוט צו פרעגן שאלות "מעג מען בארגן געלט צו פארן צום רבי'ן"? נאר אנשטאט דעם מאכט זיך א פושקעלע "אומאן ראש השנה קודש הקדשים" און אנשטאט קויפן א סענדוויטש מיט א קאווע און א דעניש פאר בלויז צען פופצן דאלער א טאג, נעמט אוועק די ביסן פון מויל און מען לייגט אריין דערין יעדן טאג אפאר פרוטות, און פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול, און אזוי קען מען פארן צום הייליגן רבין מיט הרחבת הדעת אן קיין חובות. אבער אויך דאס קען מען נישט טון אן מתפלל זיין, מען בעט פשוט דעם אויבערשטן אז מען זאל האבן די פאר פרוטות און געדענקען עס אריינצולייגן יעדן טאג, און נישט חלילה עס פארפאטשקענען מיט נארישקייטן וואס מען האט גארנישט דערפון.
כדי ארויסצוהעלפן אנשי שלומינו מען זאל זיך נישט דערזען סוף יאר מיט דעם גרויסן הוצאה אויף איין מאל וואס עס קאסט צו פארן צום רבין, איז מו"ה אלי קנאלל הי"ו פון נסיעה טרעוועל אויפגעקומען מיט א געניאלע פלאן, א סערוויס פאר ברסלב'ע חסידים מען זאל קענען גרינגערהייט צאלן דעם טיקעט אז מען קען שוין יעצט - נאך איידער מען בוקט אפילו דעם טיקעט - אנהייבן אריינצוצאלן קליינע פעימענטס אויפן חשבון, און ווען מען וועט זיין גרייט זיך אויסצואוועלן דעם טיקעט.
ר' אלי' קנאלל הי"ו פון נסיעה טרעוועל וואס האט שוין יארן עקספיריענס צו צושטעלן די נסיעות אויף מקומות הקדושים, און בפרט קיין אומאן איז שטארק פארנומען אין די טעג און ארבעט אויס די פלענער פון גרופ טיקעטס, טשארטער פלייטס און אינדיווידועלע טיקעטס וואס ווערט אויסגעארבעט בסייעתא דשמיא מיט אלע דעטאלן, און וועט בעז"ה צושטעלן אויך היי יאר גאר גוטע אפציעס פאר יעדעם איינעם לויט זיין געברויך און בודזשעט. און ווי די שטייגער ר' אלי' קנאלל צוזאמען מיט ר' שאולי פינטער פון נסיעה טרעוועל באטראכטן אלע אפציעס וואס מען קען טון צו קענען מאכן די נסיעה באקוועמער, קורצער און ביליגער, און מאכן אז דאס פאלגן דעם רבין און קומען צו אים זאל אנקומען מיט וואס ווייניגער מניעות.
עס ליגט ביי זיי יעצט אויפן טיש עטליכע אפציעס און מעגליכקייטן אין וואס זיי קוקן אריין, מען דארף טאפן דעם דופק ביי לופטליניעס, לופטפעלדער און באן און באס פירמעס צו זען וואס וועט זיין דאס בעסטע וואס מען קען באקומען אין די טעג. די שטאב פון נסיעה טרעוול רעדט זיך דורך יעדע זאך מיט'ן ראש ישיבה שליט"א וואס וויל מאכן א מעגליכקייט אז אלע אנשי שלומינו זאלן קענען קומען אינאיינעם וואס איז א שטארקע שמירה אז די וועג זאל דורכגיין אויף א געהויבענע פארנעם, ווען איש את רעהו יעזורו מען איז זיך מחזק איינע דעם צווייטן, מען העלפט זיך ארויס מיט וואס מען דארף.
מיטן אייבערשטענ'ס הילף ווען די פירמע וועט מחליט זיין די אפציעס און ארויסלייגן זייערע פלענער וועלן אונזערע ליינער זיין די ערשטע צו באקומען דעם באריכט.
צו קענען נהנה זיין פון זייער גוטע סערוויס, און יעצט איבער די סערוויס פון נעמען קליינע פעימענטס אויפן חשבון קען מען רופן ר' אלי' קנאל אדער ר' שאולי פינטער אויף די נסיעה טרעוול טעלעפאן ליין 845-444-8785.
מי יתן לי אבר כיונה אעופה ציון הקדוש אומנה