די ליינער וואונדערן זיך מן הסתם וואס עס גייט פאר מיט די טשארטער פון נסיעה טרעוול. עס איז שוין אנפאנג חודש אב און מען האלט אין איין זאגן אז מארגן און נעקסטע וואך קומט שוין די אפדעיטס פונעם לאנג ארויסגעקוקטן טשארטער.
 
יעדער פון אנשי שלומינו בעט דעם אויבערשטן אז ער וויל מקיים זיין די בקשה וואס דער רבי האט אזוי שטארק געבעטן אז יעדער אן אויסנאם זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, מיר אלע גלייבן אינעם צדיק, און מיר ווילן באקומען די גרויסע תיקונים וואס ער געבט אונז, אבער אין די זעלבע צייט וויל מען פארן אויף אן אפגעהיטענע נסיעה, מיט וואס ווייניגער נסיונות אין שמירת עינים, און בכלל צוגעשטעלט אויף א היימישע ערליכע פארנאם.
 
דערפאר ארבעט דער אייגענטומער פון נסיעה טרעוול ר' אלי' קנאלל שוין פון אנפאנג יאר, און פרובירט אויף יעדע אופן צו ברענגען די בעסטע אפציעס פאר אנשי שלומינו, יעדע זאך וואס ער טוט פרעגט ער דעם ראש ישיבה, און לויט זיינע הוראות טוט ער וואס ער קען.
 
די ערשטע זאך האט ער פרובירט די בעסטע אפציע, ער האט געוואלט מאכן אז די טשארטער זאל ארויספארן פון ניובורג'ס סטוארט עירפארט, וואס איז די באקוועמסטע פאר רוב אנשי שלומינו, און בלויז בערך א שעה פון שטעטל, און האט געזאלט פארן ביז קישינוב מאלדאווע, אבער ער האט נישט געקענט באקומען א קלארע "יא" פונעם עירפארט, זיי האבן געהאלטן אין איין שטופן, ענדליך נאך לאנגע חדשים האבן די חברה אין קישינוב געזאגט אז מען קען נישט לאנדן אזא גרויסע עירפארט ביי זיי. און ווען ר' אלי האט זיי אויפגעוויזן אז עס פארן דארט כסדר אזעלעכע גרויסע פליגערס, איז נאך עטליכע וואכן געקומען א פרישע תירוץ, אז מען קען טאקע לאנדן, אבער מען קען נישט פארקן דארט אזא גרויסע פליגער, זייערע פארקינג ערטער זענען קלענער, ר' אלי איז גרייט געווען צו צאלן פאר צוויי פארקינגס, אבער זיי האבן זיך אויך דערפון ארויסגעדרייט מיט כל מיני תירוצים.
 
ר' אלי האט עס דורכגערעדט מיט'ן ראש ישיבה, און דער ענטפער איז געווען אז מען זאל עס נישט טון, ווייל אפילו מען וואלט ענדליך געפועלט אז זיי זאלן עס ערלויבן, וואלט עס געקאסט צופיל געלט, און אפילו אלי וואלט גרייט געווען צו דערלייגן אויפן געשעפט, האט דער ראש ישיבה געזאגט אז ער זאל עס נישט טון, ווייל עס איז נישט קיין קליינע סכומים, דערפאר האט אים דער ראש ישיבה געראטן ער זאל צוריק גיין צום אלטן מהלך, פארן קיין פוילן, און פון דארט פארן קיין אומאן מיט באנען און באסעס.
 
און געלויבט דעם אויבערשטן אז ר' אלי האט ב"ה מסדר געווען א גוטע מהלך פון א נסיעה, די בעסטע וואס עס איז מעגליך געווען, און אזוי אויך די פרייז גייט זיין זייער גוט.
 
דער פלאן איז אז מען פארט בעז"ה ארויס פון ניו יארק מיטוואך נאכט נאך חצות אום 1:30, קיין פוילן, און מען וועט בעז"ה זיין צוריק אין ניו יארק צום גדלי' אווענט. דאס אלעס וועט זיין פאר בלויז $2,395 און אין דעם איז אלעס אריינגערעכענט, די פליגער, דאס עסן, באן, באס, אויף ביידע וועגן.
 
מער פרטים וועט בעז"ה נאכפאלגן אין די קומענדיגע טעג.
 
קיינער טאר נישט פעלן!