א קורצע איבערבליק פון די געהויבענע נסיעה פונעם ראש ישיבה שליט"א מיט די תלמידים קיין ארץ ישראל פארגאנגע וואך פרשת אחרי העעל"ט, ווי מען איז געגאנגען זיך אויסבעטן ביים אייבערשטן ביי די פילע ציונים הקדושים אין ארץ הקודש.
זונטאג:
מען איז ארויסגעפארן זונטאג אחרי אסרו חג פסח העעל"ט, מען האט געדאווענט מעריב אין קענעדי עירפארט.
מאנטאג:
מען איז אנגעקומען נאכמטאג קיין ארץ ישראל, מנחה האט מען געדאווענט אין עירפארט.
צוערשט איז מען געפארן קיין עיה"ק צפת צום אלטן בית החיים, ווי מען האט געכאפט א טבילה אין מקוה פונעם אר"י הק'. דערנאך איז מען צוגעגאנען די ציונים הקדושים דער אריה"ק, רבי שלמה אלקבץ, בית יוסף, און אלע אנדערע ציונים הקדושים.
דערנאך איז מען געפארן איבערשלאפן אין מירון, פארן זיך לייגן האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט דעם דף גמרא בבלי און ירושלמי.
דינסטאג:
פארטאגס האט מען זיך ארויסגעלאזט צו יבנאל עיר ברסלב, ווי מען איז געגאנגען אין מקוה, און געדאווענט אינעם גרויסן ביהמ"ד אין יבנאל (וואס ווערט גענוצט נאר שב"ק, אבער מען האט דאס ספעציעל געעפענט פארן ראש ישיבה).
נאכן דאווענען איז מען ארויפגעפארן צום ציון הק' פון מוהרא"ש, ווי מען האט אויסגעזאגט גאנץ תהלים, און געפועלט שידוכים פאר די בחורים, ווי מוהרא"ש שרייבט "אז וועלכע בחור אדער מיידל עס וועט קומען צו זיין ציון און אויסזאגן תהלים לזכותו וועט ער פועלן פאר אים א שידוך".
קליפ: דער ראש ישיבה ליינט פאר פאר די תלמידים די מצבה פון מוהרא"ש אז ער וועט פועלן א שידוך
דערנאך איז מען אריבער אין שטוב מו"ה דוד יעקב ב"ר נתן יאקאבאוויטש הי"ו, ווי מען האט געגעסן פרישטאג.
דאן איז מען געגאנגען באזוכן ביים נייעם בית הדפוס פון גרויסן מפיץ און מדפיס מו"ה מאור בנזרי הי"ו.
נאכדעם איז מען געפארן קיין עמוקה, צום ציון פון התנא רבי יונתן בן עוזיאל.
דערנאך האט מען פוקד געווען די ציונים פון אביי ורבא, רבי יהודה הנשיא, בניהו בן יהוידע, חנן הנחבא און אבא אומנא, חוני המעגל, נחום איש גמזו, אלקנה אבי שמואל, און נאך.
דערנאך איז מען צוריק געפארן איבערשלאפן אין מירון, און פארן זיך לייגן האט דער ראש ישיבה פארגעלערענט דעם דף בבלי און ירושלמי.
מיטוואך:
אינדערפרי איז מען געפארן קיין יביאל און נאך מקוה איז מען ווידער ארויף צום ציון הק' פון מוהרא"ש זי"ע ווי מען האט געדאווענט, געזאגט תיקון הכללי און געגעסן פרישטאג, דערנאך האט דארט דער ראש ישיבה פארגעלערענט דעם דף בבלי.
מען האט זיך ארויסגעלאזט קיין עיה"ק טבריה, ווי מען האט מתפלל געווען ביי די חלקת תלמדי בעש"ט, ווי עס ליגן רבי נחמן הארידענקער (דער זיידע פונעם רבין), רבי אברהם קאליסקער, און נאך, דערנאך האט מען באזוכט ביים ביהמ"ד ווי דער רבי האט געדאווענט ווען ער איז געווען אין טבריה, דערנאך איז מען געווען ביי די תנאים רבי עקיבא און רבי טרפון. מען האט זיך אפגעשטעלט ביים ציון פון רבי חייא ובניו, ווי דער ראש ישיבה האט פארגעלערענט דעם ירושלמי און דעם פרק תוספתא.
מען איז נאכדעם געווען ביי רבי יהודה בר אילעא, רבי כרוספדאי, רבי יוסי סרגוסי, ווי דער ראש ישיבה האט געזאגט עטליכע ווערטער.
דאן איז מען געפארן קיין עיה"ק מירון, ביי רבי יוחנן הסנדלר, דער ראש ישיבה מיט זיין זון שלמה זענען דערנאך צוגעגאנען צו זייער באבע'ס קבר און איר געלאדענט צום חתונה וואס וועט בעז"ה פארקומען אין ישיבה אסרו חג שבועות הבעל"ט, דערנאך האט מען ממשיך געווען צו בית הלל, דערנאך איבערן בארג ביי בית שמאי, און דערנאך ביים ציום פון התנא האלקי רשב"י אין מירון.
דערנאך האט מען זיך געלייגט שלאפן אין אכסניא אין מירון.
דאנערשטאג:
שחרית האט מען געדאווענט כוותיקין ביים ציון הק' פון מוהרא"ש זי"ע.
פרישטאג האט מען געגעסן ביים בית התבשיל אין יבנאל, ווי דער ראש ישיבה האט געגעבן א שיינע שמועס, און ארויסגעברענגט ווי שיין עס איז צו זען דא אין יבנאל אינגעלייט פון 16 יאר, פירן אזא שיינע לעבן.
דערנאך האט מען זיך ארויס געלאזט קיין ירושלים עיה"ק, ווי מען האט פוקד געווען ביי שמעון הצדיק, און קבר שמואל הנביא.
דערנאך איז מען אהיים געפארן קיין ניו יארק מיט פילע זעק ישועות.
 
בילדער פון די נסיעה